הויפט בלאט נייעס ויזניצ'ע רבי באזוכט אין באבוב

ויזניצ'ע רבי באזוכט אין באבוב

געשריבן דורך admin

דעם פרייטאג נאכמיטאג זענען די חשובע בחורים פון 'מתיבתא עץ חיים ד'באבוב' געהאט די זכיה צו ענטפאנגען דעם געהויבענעם גאסט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן דעם שב"ק אין פאקענאס, פענסילוועיניע הארט נאנט צו די 'באבוב'ע מתיבתא קעמפ' וועלכע געפונט זיך אויך אין פענסילוועניע. דער רבי שליט"א איז אנגעקומען אין קעמפ פרייטאג נאכמיטאג אין באגלייטונג פון געציילטע מקורבים און האט זיך געטובל'ט אין די ארטיגע מקוה וועלכע איז ספעציעל רעזעווירט געווארן פאר'ן רבי'ן שליט"א פון פאראויס. אויפן וועג ארויס פון מקוה זענען זיך די בחורים צוזאמענגעלאפן וועלענדיג כאפן א בליק אויפן רבי'ן, און זענען אריבער שלום-נעמען. דער רבי שליט"א האט זיך אינטערסירט ביי די בחורים און איבערגעגעבן קורצע שיחת קודש ודברי הדרכה.

Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00