הויפט בלאט נייעס תשית לראשו עטרת פז

תשית לראשו עטרת פז

געשריבן דורך admin

שטייענדיג נאך די הסתלקות פון הגה"צ ר' יצחק מאסקאוויטש זצ"ל אבד"ק נייטרא-וומסב"ג, האט היינט די נייטרא קהלה אין וומסב"ג די זכיה אויפצונעמען א נייעם רב הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א לכהן פאר אלס 'רב ואב"ד קהלת נייטרא אין וומסב"ג' און אנפירן דאס ביהמ"ד אויף ראדני סטריט לשם ולתפארת. הרה"צ ר' חיים שלמה שליט"א איז א זון פון הגה"צ ר' יחיאל יעקב מיללער שליט"א אב"ד אייזענשטאט אין ב"פ און אן איידעם פון הגה"צ אבד"ק דושינסקיא-וומסב"ג זצ"ל און דינט אלס 'ראש הכולל שערי הלכה דושינסקיא' אין וומסב"ג.  די מעמד ההכתרה און מסיבת לחיים קומט פאהר היינט נאכט בבית הנגיד ר' מאיר זעליג ריספלער שליט"א. יאריך ימים על ממלכתו.

Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00