הויפט בלאט בד"ה גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו • הגה"צ רבי יהונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק

גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלוקינו • הגה"צ רבי יהונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק

געשריבן דורך admin

מיט גרויס צער און ווייטאג קומט אן די ביטערע בשורה פון בארא פארק איבער די פריצייטיגע הסתלקות פון הגה"צ רבי יהונתן בנימין גאלדבערגער זצ"ל אבד"ק ביקאווסק, וועלכע איז נפטר געווארן אין עלטער פון 70 יאר נאכ'ן ליידן פון פארשידענע געזונטהייט פראבלעמען אין די לעצטערע יארן. דער רב זצ"ל איז געווען אן איידעם ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל און האט לאנגע יארן געדינט אלס 'ראש הכולל' פון די באבוב'ע כולל אין בארא פארק. די לויה איז ארויס פארנט פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק אויפן וועג צום באבוב'ע ביה"ח אין ניו דזורסי. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.

Blog Image
Blog Image
Blog Image
Blog Image

שרייבט א קאמענט

-
00:00
00:00
Update Required Flash plugin
-
00:00
00:00