דאנערשטאג א' דחוה"מ סוכות • י"ז תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
תכלה שנה וקללותיה: היסטארישע געשעענישן פון שנת תשפ"ה
די יאר שנת תשפ"ה לפ"ק ענדיגט זיך ליידער אזוי ווי די לעצטע יאר מיט שווערע באציאונגען ברוחניות ובגשמיות, בפרטיות אויף אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, א יאר פון פינסטערע גזירת על הדת, א יאר פון שווערע מלחמות אנזייענדיג א פחד און א שרעק אויף איינוואוינער איבער גאנץ ארה"ק, א יאר פון שוידערליכע גזירת המתים פון חיטוטי שכבי אין שטאט יאהוד בארה"ק, א יאר ווען רשעי עמינו האבן זיך ליידער פארמאסטן צו עוקר זיין די תורה הקדושה, מיטן פארלאנגען אז אלע שווערע טויזנטער בחורים און יונגעלייט אין ארץ ישראל מוזן גיין דינען אינעם טמא'נעם צה"ל רח"ל, וואס דאס באדייט א גזירת שמד, גזירת כלי', היה לא תהיה.
פון די אנדערע זייט אבער איז דאס געווען אן אומפארגלייכבארע שנת קידוש ה', ווען עס האט זיך ארויסגעזען בחוש דעם תורה הקדושה מנצחת, נצח ישראל לא ישקר, עס האבן זיך פאראייניגט ממש יעדע שיכט און קרייז פונעם יהדות החרדית, אלע אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות מכל שבטי ישראל האבן זיך מאחד געווען ווי קיינמאל בעפאר מרעיש צו זיין תבל ומלואה קעגן די פינסטערע גזירה האיומה, אקעגן די שונאי ועוקרי הדת, אקעגן די שלטון הרשע וועלכע האבן איין ציל לעקור את הכל, אויסרופענדיג קבל תבל ומלואה אז קיין שום בחור מישראל וועט מען נישט צולאזן אז ער זאל אריינפאלן אין צבא השמד היל"ת.
במשך אלע חדשים פונעם יאר איז אנגעגאנגען העפטיגע מלחמת קודש, מלחמת חרמה, אקעגן די פינסטערע גזירה על הדת. ובפרט אין די לעצטע האלב יאר ווען די ציוני'סטישע פאליציי האבן פאקטיש אנגעהויבן מיט די ארעסטן אקעגן אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט פארן איינציגסטן חטא מיטן זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער, הבערה ללהב יצאת, האט דאס אנגעצינדן א פילפאכיגער גרעסערע פייער איבעראל לוחם צו זיין בעוז ובתעצמות אקעגן די רשעי עמינו וועלכע צילן לעשות ככל הגוים בית ישראל השם ירחם.
*
דורכאויס די גאנצע יאר מראשית השנה ועד אחרית שנה איז אפגעהאלטן געווארן מערערע עצרות מחאות והתעוררות אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס, אנגעהויבן ווען אנהייב יאר בחודש חשון האט געזאלט פארקומען א גרויסע עצרת אין א גרויסע שטח אין ניו דזשערסי עפ"י קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אבער צוליב שוועריקייטן אין פערמיטן איז דאס נישט צושטאנד געקומען.
אפגעזען אין וואס פאר א אומשטענדן, איז אבער הבערה ללהב יצאת, במשך דעם גאנצן יאר האבן אלע גדולי הדור, חסיד'ישע, ליטווישע, ספרד'ישע צוגלייך, זיך געלאזט הערן זייער קול זעקה ומחאה, ביי א יעדע געלעגנהייט, סיי ביי שמחות, גרעסערע מאורעות וכדומה, האבן זיי געלאזט הערן די דעת תורה הברורה דת היהדות הצרופה אז קיין איין איינציג אידישע בחור שטעלט זיך נישט צום טמא'נעם מיליטער.
אנהייב יאר איז פארגעקומען א גרויסארטיגע עצרת מחאה אדירה דורך טויזענטער בני יהדות הספרד אין ארץ ישראל, אין שפיץ פון די מנהיגים שליט"א, וועלכע האבן קלארגעשטעלט דעם פעסטן דעת היהדות הצרופה פון 'אינם מתייצבים כלל ללשכת הגיוס'.
באזונדער איז פארגעקומען מערערע אסיפות הרבנים, ווען זקני האדמורי"ם וראשי הישיבות האבן זיך געזעצט אויף איין טיש דן צו זיין כדת מה לעשות אנבאלאנגט דעם ביטערן מצב פון די שווערע גזירת הגיוס, אפגעזען וואס פאר א סארט חילוקי דיעות עס איז פארהאן, אבער ביי דעם מערכה איז א יעדער געווארן פאראייניגט מיט א שטארקע צוזאמארבעט לעשות שכם אחד להצלת כלל ישראל.
א היסטארישע אסיפת הרבנים איז פארגעקומען אינמיטן ווינטער, אין שפיץ פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין בני ברק, אינאיינעם מיט די גדולי מנהיגי עולם התורה, הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקא, דן צו זיין איבער די ביטערע גזירת הגיוס.
אזוי אויך איז איבערגעגעבן געווארן א פערזענליכע שליחות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א צו כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אויפצושטורעמען בני קהלתו אנטקעגן די ביטערע גזירת הגיוס. אזוי אויך האבן די גדולי ראשי ישיבות שליט"א ברחבי ארה"ק דן געווען עטליכע מאל סיי טעלפאניש און סיי ביי פערזענליכע אסיפות מטכס עצה צו זיין כדת מה לעשות צו מען זאל ארויסגיין פון די ציוני'סטישע קאאליציע, זיך דערזענדיג איז אזא שווערע פלאנטער.
באזונדער זענען עטליכע פון די ליטווישע ראשי ישיבות שליט"א ארויסגעפארן קיין אמעריקא צו די גדולי הרבנים שליט"א, וביניהם האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, מטכס עצה צו זיין וויאזוי מ'קען אפשלאגן די פינסטערע גזירה.
אזוי אויך איז פארגעקומען א אסיפה צווישן הגאון הגדול רבי אברהם סלים שליט"א פון די פירענדע מנהיגים לבני הספרדים אינאיינעם מיט הגאון הגדול רבי דוב לנדו שליט"א ראש ישיבת סלאבאדא, וויאזוי זיך אומצוגיין אנבאלאנגט די גזירת הגיוס ביי די ספרד'ישע קרייזן.
א העכסט געמיינזאמע אסיפת חירום פון די מועצת גדולי התורה איז פארגעקומען בבית האכסניא פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א אין געגענט פון 'מושב אורה' נעבן ירושלים עיה"ק, ווי מען האט אינאיינעם דן געווען אלע צדדים איבער די יעצטיגע שווערע גזירה וואס הויערט אויף אחינו בני ישראל, און מיט א פאראייניגטע כח האט מען דאן באשלאסן אז מ'פארלאזט די קאליציע, זענדיג אז לעת כזאת איז נישט פארהאן קיין שום אנדערע אויסוועג.
א באזונדערע אסיפת חירום איז פארגעקומען בביתו פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, לטובת זיין געגרינדעטע קאסע "קרן כלל ישראל" להצלת הגיוס, וועלכע איז געגרינדערט געווארן מיטן ציל ארויסצוהעלפן אלע עקסנים וועלכע זענען עוסק בלי ליאות להצלת נפשות מישראל משמד הגיוס.
אין די זומער חדשים חדשי תמוז אב, איז דער פייערדיגע קאמף ארויף מיט א שטאפל העכער, ווען די ציוני'סטישע פאליציי האבן אנגעהויבן צו ארעסטירן בחורים אין די טורמעס וועלכע שטעלן זיך נישט צום מיליטער, עס האט ארומגענומען א געוואלדיגע פחד ואימה אויף א יעדעם איינעם צוגלייך, זענדיג אז דער שונא שטייט שוין ביים טיר, עס האבן זיך גלייך מתכנס געווען פארשידענע אסיפות דורך די גדולי הרבנים שליט"א צו פריש צעמענטירן דעם דעת תורה הצרופה איבער'ן אומבויגזאמן קאמף נישט אריינצולאזן אין מיליטער קיין שום בחור בישראל, אפגעזעהן אלע סטראשונונגען און אנשרעקונגען.
אויפן שפיץ איז דאן פארגעקומען די זעלטן היסטארישע "כינוס לצדיקים", א א היסטארישער טאג וואס וועט פאראייביגט ווערן בקורות בית ישראל אלס ערשטמאליגע געשעעניש פון "ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם", קרוב צו צוויי הונדערט רועי ישראל ומנהיגי עדת ישורון, צענדליגער זקני הרבנים העכער די גיל שמונים ותשעים בליעה"ר, האבן זיך פאראייניגט מטכס עצה זיין און אויסצורופן דעם מלחמת הקודש פון יהדות החרדית קעגן די ביטערע גזירת הגיוס בארה"ק, און אראפגעשטעלט דעם פשרה'לאזן דעת תורה הבהירה אז קיין שום בחור טאר זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער, און זיין גרייט דערויף מיט מסירת נפש.
דער היסטארישע כינוס לצדיקים איז פארגעקומען אין די "סקאוי" זאל אינעם "מעלה החמישה" געגנט סמוך לשערי ירושלים, ווי עס האט זיך אנגעזען א מחזה הוד פון אזויפיל גדולי הרבנים ואדמורי"ם ראשי הישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, אלס מיט איין מטרה לוחם צו זיין אקעגן די ביטערע גזירה האיומה גזירת הגיוס.
ביים אסיפה איז באשטימט געווארן דער החלטת קודש אז ערב ראש חודש אלול וועט פארקומען א יום חצי תענית און א עצרת תפלה רבתי להעביר את רוע הגזירה.
צומארגנס פונעם היסטארישן כינוס לצדיקים איז פארגעקומען א גרויסארטיגע כינוס פון די ליטווישע קרייזן במעמד הרבנים וגדולי ראשי ישיבות, מיט א פאראייניגטע ציל לא ננוח ולא נשקוט עד כי יעבור הגזירה האיומה.
באזונדער איז איינע פון די נעכט אין די ניין טעג פארגעקומען א עצרת גדול "תיקון חצות" ברחובות עיר הקודש ירושלים, פאררופן דורך די גדולי הרבנים שליט"א חברי הביד"צ העדה החרדית, ווי טויזענטער אידן האבן זיך אראפגעזעצט אויף דער ערד בחוצות העיר, און געקלאגט אויף די ביטערע חורבן בית המקדש, אספוד בכל שנה ושנה מספד חדש, און אויף די יעצטיגע גזירה האיומה גזירת הגיוס וואס שוועבט אויף כלל ישראל דרי ארה"ק.
אין די טעג נאך תשעה באב ווען עס האט זיך אנגעהויבן די פאקטישע ארעסטן אויף בחורי ואברכי ישראל וועלכע שטעלן זיך נישט אין מיליטער, דאס האט זיך אנגעהויבן ווען די ציוני'סטישע פאליציי האבן ארעסטירט דריי אינגעלייט ביי א מחאה אקעגן די חפירת קברים אין שטאט יאהוד, און דאס האט געפירט ווייטער ווען זיי זענען זיך געגאנגען איינברעכן אין די שטיבער פון די בחורים און אינגעלייט זיי צו ארעסטירן, האבן זיך אנגעהויבן א ריי העפטיגע מחאות אדירות ביים מיליטערישע טורמע אין כלא 10, ווען א יעדע נאכט זענען ארויסגעקומען נאכאנאנדע קבוצות פון אלע שיכטן און קרייזן בראשות גדולי הרבנים ואדמורי"ם וזקני ראשי ישיבות שליט"א מוחה צו זיין אקעגן די שרעקליכע קרימינאלע אקטן צו פארהאלטן בחורים און אינגעלייט פארשפארט בלא עול בכפם פארן איינציגטסן חטא צו זיך נישט שטעלן צום טמא'נעם מיליטער.
באזונדער איז פארגעקומען צוויי גרעסערע צענטראלע מחאות ביים טורמע, איינס דורך די אנשי ישוב הישן אין שפיץ פון די מנהיגי קהלות הקודש שליט"א, ווי צווישן אנדערע האט אויפגעטרעטן מיט א לייוו-הוקאפ כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, אזוי אויך איז פארגעקומען א אויסנאמליכער היסטארישע מחאה אדירה בראשות גדולי ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן ובראשם הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א, און הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבת סלאבאדקע.
אויך איז געווען א זעלטענע שריט ווען די גדולי ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן האבן מיט א ספעציעלע ערלויבעניש באזוכט ביי די אסירי ציון אין טורמע, און זיי געגעבן עמער'ס מיט חיזוק אנצוגיין מיט די מסירת נפש.
אין די זעלבע צייט איז פארגעקומען א עצרת מחאה אדירה דורך הונדערטער בני תורה בחוצות מאנהעטן אויסצושרייען די וויי געשריי אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס, אויפן קריאת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
אין א היסטארישע געשעעניש אינעם פראנט אקעגן די גזירת הגיוס איז געווען ווען הרה"ג המשפיע ר' מאיר צוויבל שליט"א מרבני קהלת סאטמאר, און הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהלת סאטמאר אין וויליאמסבורג וועלכע זענען דאן געווען צוגאסט אין ארץ ישראל, זענען אריין צום ציוני'סטישע בית המשפט הארט נעבן די מיליטערישע טורמעס, און הרה"ג ר' מאיר שליט"א האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה פאר די ארטיגע שופטים בשליחות הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, לטובת די באפרייאונג פונעם אסיר ציון גיבור חיל הרב ארי' מרדכי ראבינאוויטש שליט"א.
ספעציעל האט ארויסגעשיינט גאר אסיפה דחופה כינוס חירום וואס איז פארגעקומען בחצר הקודש סלונים, ווי כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א האט משמיע געווען דעם דעת תורה הברורה בהשקפה הטהורה אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס, דער רבי שליט"א האט גאר שטארק ארויסגעהויבן די זכיה צו גיין מיט א מסירות נפש למען כבוד שמו יתברך, וואס דורך דעם ווערט מען אהובים למקום.
באזונדער איז פארגעקומען אין די וואכן איידער ראש השנה א היסטארישע אסיפה דחופה ווי עס האבן זיך משתתף געווען איבער הונדערט גדולי המשפיעים וראשי החבורות פון כלל חסידי ברסלב איבער גאנץ ארה"ק פון אלע שיכטן און קרייזן, ובראשם דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, ווי עס איז ארויסגעגעבן געווארן דער דעת תורה הברורה והוראת הקודש אז א יעדע בחור אדער אינגערמאן וועלכע האט ערהאלטן א 'צו הגיוס' זאל בשו"א נישט ארויספארן פון לאנד אויף ראש השנה קיין אומאן, און מען זאל זיך בשו"א נישט שטעלן צום לשכת הגיוס אויף קיין שום פאל.
*
א באזונדערע קאפיטל וואס האט זיך אפגעשפילט היי יאר מיטן אש המערכה איז איבערן "קרן עולם התורה", וואס שוין אנגעהויבן פון פאריאר ווען די ציוני'סטישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן די געזעץ אז א יעדע בחור מוז גיין דינען אין מיליטער, האבן זיי אלס רעזולטאט אפגעהאקט אלע געלטער פאר די ישיבות און כוללים איבערן גאנצן לאנד.
די גדולי האדמורי"ם רבנים וראשי הישיבות שליט"א האבן זיך דאן פאראייניגט מיט א זעלטענע קעגנשאפט אויסרופענדיג אז מען גייט שטיין פעלזן פעסט זיך נישט צו לאזן פון די עוקרי ומפירי התורה, אז קיין איין איינציג בחור גייט נישט קיין דינען אינעם טמא'נעם מיליטער. פאר דעם צוועק איז דעמאלטס אויפן איניצאטיוו פון די גדולי האדמורי"ם וראשי הישיבות שליט"א אויפצושטעלן געווארן דעם "קרן עולם התורה" צו ראטעווען דעם עולם התורה בארה"ק פון פינאנציעלע צוזאמענבראך.
במשך די גאנצע תקופה פון די לעצטע יאר אנדערהאלבן איז פארגעקומען עטליכע נסיעות, מסיבות, באנקעטן, אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים אונטערצוהאלטן מיט א יסוד בסיס דעם 'קרן עולם התורה', און צוגאב צו דעם איז אויפגעשטעלט געווארן עטליכע קרנות אינערהאלב פארשידענע קהלות פאר זייערע ישיבות און כוללים.
דעם ווינטער איז געווען געפלאנט א א צווייטמאליגע מסע הגדולים קיין אמעריקא אויפצוטרייבן גרויסע סכומים לטובת "קרן עולם התורה", ווען צווישן אנדערע האט הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א געלאדענט כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א מיטצוקומען ביים נסיעה צו זיך באטייליגן ביי די באנקעטן. פלוצים האט אבער אויסגעבראכן די צוועלף טאגיגע מלחמה צווישן ארץ ישראל מיט איראן, וואס דאס האט אפגערופן אלע פלענער, און דער מסע הגדולים איז נישט פארגעקומען ווי געפלאנט.
אין אמעריקא האבן זיך שוין געפונען פון פארדעם הגאון רבי משה הלל הירש שליט"א, און הגאון רבי דוד כהן שליט"א ראש ישיבת חברון, אזוי אויך הגאון רבי דן סג"ל שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן פון אייראפע, און עס האבן זיך אויך באטייליגט עטליכע גדולי ראשי ישיבות פון לעיקוואוד האבן זיך מיטגעשטעלט מיט די ראשי ישיבות שליט"א, באזונדער האט זיך באטייליגט הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א מגדולי ראשי הישיבות לבני הספרדים וועלכע איז פונקט געווען אין אמעריקא, און אינאיינעם זענען די גדולי ראשי ישיבות שליט"א ארויף לפתחי נגידים בעם צוזאמצושטעלן שווערע סכומים לטובת דעם קרן.
אזוי אויך סוף יאר בימי הסליחות איז פארגעקומען א היסטארישע מסע הגדולים קיין עיר הבירה לאנדאן יצ"ו, בהשתתפות גדולי ראשי הישיבות שליט"א בטילטולא דגברא רבא ובראשם הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א און הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראשי ישיבות סלאבאדקא, עס איז געווען א צוויי טאגיגע באזוך ווי מען איז ארויף על פתחי הנדיבים שאפענדיג שווערע ריזיגע סומעס לטובת די קרן עולם התורה. באזונדער איז פארגעקומען א ריזיגע מעמד פאר אלפי תינוקות של בית רבן אין שטאט לאנדאן בראשות די גדולי ראשי הישיבות שליט"א.
א היסטארישע מסע הקודש קיין אמעריקא דורך כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז אפגעהאלטן געווארן אנהייב זומער. פון אנהייב האט די פלאן געלויטעט אז גורער רבי שליט"א וועט מיטפארן אינאיינעם מיט די גדולי ראשי הישיבות שליט"א, למעשה איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן לטובת זיין אייגענע צוועק "קרן עולם התורה דחסידי גור".
דעם גורער רבי'ס באזוך איז גאר באדייטנט און היסטאריש, צוליב דעם וואס דער רבי שליט"א פארט זעלטן ארום אין די וועלט, אבער דא אין א אויסנאם פאל האט דער רבי שליט"א בטילטולא גברא רבא גענומען די מיה ארויסצופארן קיין אמעריקא למען עתיד קיום עולם התורה בארה"ק.
לויטן פלאן האט דער רבי שליט"א געדארפט פארוויילן אין אמעריקא בלויז פאר איין וואך, אבער היות עס האט אינצווישן אויסגעבראכן די מלחמה צווישן איראן אין ארץ ישראל, איז דער גורער רבי שליט"א געליבן אין אמעריקא אויף צוויי וואכן, ווי דער רבי האט געפראוועט צוויי פריוואטע שבתים אין די געגענטער נעבן מאנסי ספעציעל פאר יחידי סגולה נגידים ונדיבים.
די צוויי וואכעדיגע באזוך פונעם גורער רבי'ן איז געווען גאר היסטאריש פאר חסידי גור אין אמעריקא, און בכלל א אויפמערקזאמע געשעעניש פארן יהדות הצרופה אין אמעריקא. במשך די וואכן איז דער רבי שליט"א שלא כהרגילו אליינס ארויף בטירחא דגברא רבא צו די נדיבים בעם אויף רייכע באנקעטן לטובת "קרן עולם התורה דחסידי גור". באזונדער האט דער רבי באשיינט עטליכע מעמדים ומאורעות בקרב די קהילה אין אמעריקא, צווישן אנדערע די חנוכת הבית פארן תלמוד תורה דחסידי גור אין בארא פארק, וואס איז פארגעקומען בהשתתפות רוב אדמור"י ורבני העיר בארא פארק.
אין חצר הקודש וויזניץ האט מען מייסד געווען א באזונדערע קרן "קרן הצלת עולם התורה ויזניץ'", ווען אנהייב זומער איז פארגעקומען א ריזיגע אסיפה דורך אלע ראשי ישיבות, ראשי הכוללים, מנהלים, דיינים ומורי הוראה פון ויזניץ אין אכסניה פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א ווי מען האט אינאיינעם מטכס עצה געווען וויאזוי זיך אומצוגיין אינעם יעצטיגן שווערן מצב. אום חודש אלול איז פארגעקומען נאך א אסיפה דחופה אינעם בית אכסניא פונעם רבי'ן שליט"א אין 'מושב אורה' נעבן ירושלים עיה"ק, ווי מען האט ענדגילטיג מייסד געווען די אייגענע קרן "קרן הצלת עולם התורה ויזניץ", עס האט נאכגעפאלגט א באנקעט פאר בעלי יכולת וואו מען האט אויפגעפאדערט זיך אנצושליסן מיט גרעסערע סכומים אוועקצושטעלן א יסוד בסיב פארן קרן.
אין חצר הקודש בעלזא איז שוין מיט א יאר צוריק מוצאי יו"ט שבועות פארגעקומען א דראמאטישע הכרזה דורכ'ן משב"ק הרה"ח ר' שמעון וואלף קליין, בנוכחתו פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אז מען דארף ארויסגיין מיט א מלחמה אקעגן די גזירת הגיוס און מייסד זיין א אייגענע קרן צו שטיצן די ישיבות און כוללים. היי יאר זומער איז פארגעקומען א אסיפה דחופה בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א בהשתתפות אלע רבנים ודיינים דק"ק בעלזא און די חברי הביד"צ מחזיקי הדת, ווי עס איז אוועקגעשטעלט געווארן א יסוד בסיס פארן קרן אינערהאלב די בעלזא קהלה.
אזוי אויך איז נתייסד געווארן א באזונדערע "קרן הצלה עולם התורה" אינערהאלב חצר הקודש צאנז, אזוי אויך אינערהאלב חצר הקודש מאחנובקא בעלזא איז נתייסד געווארן א קרן "קרן מחזיקי לומדי תורה".
*
אריינטרעטענדיג אינעם נייעם יאר שנת תשפ"ו לפ"ק שרייט זיך ארויס פון יעדנ'ס הארץ א הייסע תפלה ובקשה צום שומע תפלת כל פה, אנא ה' חוסו נא עלינו, שומר ישראל שמור שארית ישראל ואל יאבד ישראל האומרים שמע ישראל, די רשעי הציונים וועלכע ווילן לעקור את הכל אויסצופירן די התייסדות המדינה פלאן לעשות ככל הגוים בית ישראל ה"י, זאלן אפלאזן זייערע הענט פון די ערליכע אידן אין ארצינו הקדושה, גזירה עבידי דבטלי, וכל הרשעה כולה כעשן תכלה כי תעביר ממשלת זדון מן הארץ, עס זאל קומען א שנת אורה, א שנת תורה, א שנת גאולה וישועה בביאת משיח צדקינו בביטול מלכות המינות מתוך רחמים וחסדים במהרה בימינו אמן.
*
*
פון די הויפט געשעענישן וואס האט ווידער געפלאגט דעם יהדות הגולה, איז די אומגעהויערע ביטערע "גזירת החינוך" וואס פלאגט שוין יהדות ניו יארק גאנצע 10 יאר נאך פינסטערע מסירות אקעגן אונזער הייליגע חינוך דורך מוסרים מכם ומבכם מזרע ישראל ה"י.
מיט א אנגייענדע קאמף האבן די געטרייע שלוחי קודש עסקני היהדות געקעמפט בי די הויפט רעגירונגען קארידארן לביטול את רוע הגזירה, אויפן איניאצאטיוו פון די גדולי אדמורי"ם ומנהיגי הקהלות שליט"א וועלכע האבן געגעבן די פונקטליכע טאט און ראט אויף א יעדע שריט אין שתדלנות על דרך התורה והמסורה.
אין א בחינה פון 'אור בתוך החושך' האט דער חינוך הטהור ב"ה היי יאר געוואונען א זיגרייכע קאפיטל, ווען אין חודש אייר איז אנשטאנען א "הצלה פורתא" מיט א נייע געזעץ וועלכע שטיפט טיילווייז אפ די גזירת החינוך פאר די קומענדיגע אכט יאר, א פעולה וועלכע איז בס"ד אנשטאנען דורך א פאראייניגטע צוזאמענארבעט דורך עטליכע קהלות קדושות בישראל, און שפיץ פון די לאנגיעריגע ארגיניזאציעס וועלכע קעמפן שוין אקעגן די ביטערע גזירת החינוך פונעם ערשטן טאג.
הרשעים כים נגרש, אין די פארלאפענע חודש אלול, הארט פאר ראש השנה, ווען מוסרים ומלשינים האבן אין א פרואוו נאכאמאל אריינגעגעבן א פרישער אנקלאגע אנטקעגן די חינוך הטהור אין ניו יארק ה"י, מיט לעכערליכע בייזוויליגע טענות, און די געטרייע עוסקים במלאכת הקדוש ובראשם די פאראייניגטע "פיערלס ארגיניזאציע" ארבעטן אויף קעסל און כלים אפצושלאגן די פרישע מסירה, מיטן האפענונג שלא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, און מען זאל ווייטער קענען מחנך ומגדל זיין אונזערע דורות על דרך ישראל סבא נאמנים לה' ולתורתו הקדושה.
***
נאך א געוואלדיגע מלחמת קודש איז היי יאר אנשטאנען צווישן די יהדות החרדית אין ארצינו הקדושה, א מלחמה וואס קען רואיג פארצייכנט ווערן אונטער די ראמען פון די הויפט געשעענישן אין שנת תשפ"ה, דאס איז די געוואלדיגע מלחמת חרמה אקעגן די שרעקליכע חיטוטי שכבי חילולי קברים אין שטאט יאהוד, ביים בית החיים העתיק מזמן בית שני, ווען די ארטיגע אינסטאנצן האבן בעד בצע כסף געדינגען בוי פירמע'ס אויסצוגראבן א בית החיים בשט נפש, ווען עצמות וגלגולת האבן זיך געוואלגערט על פני השדה, ברעגענדיג צו א שרעקליכע בזיון נורא, וואס מיט דעם האט מען געטוהן כופר זיין די אמונה בתחיית המתים והשארת הנפש רח"ל היל"ת.
א שטארקע מלחמה איז געעפנט געווארן אויפן פראנט, ווען פון אנהייב האט מען פרובירט צו רעדן צו די אינסטאנצן, און וויפיל מ'האט נאר פרובירט זיי אויפצוקלערן און צו פארהאנדלען, האט דאס נישט געברענגט קיין גינסטיגע רעזולטאטן, זיי זענען ליידער ווייטער געבליבן עמדם במורדם, און אויסגעגראבן איין קבר נאכן צווייטן מיט א געוואלדיגע בזיון.
זעענדיג אז זיי האלטן נישט ביי גארנישט, זיי רירן זיך נישט פאר גארנישט, איז געעפנט געווארן מלחמות אדירות וכבידות, ווען במשך עטליכע וואכן נאכאנאנד זענען ערליכע מוחים ארויסגעקומען מיט מסירת נפש מוחה צו זיין אקעגן די חילולי קברים, בלוט האט זיך געגאסן, מענטשן זענען צו'מזיק'ט געווארן, פילע צענדליגער אידן זענען אריינגעפירט געווארן אין די שפיטעלער, אבער גארנישט האט נישט אפגעשטעלט די בני היהדות הנאמנה פון ארויסקומען טאג טעגליך מוחה צו זיין למען כבוד שמים און זיך אננעמען פאר די כבוד פון די ישני עפר, און מסיר זיין דעם חרון אף, טראץ דעם וואס מען האט געוואוסט אז עס קען זיך ענדיגן מיט בארבארישע קלעפ, און גאר דארפן צוקומען צו ערנסטע באהאנדלונגען, ווי עס איז מקוים געווארן די פסוק "גֵּוִי נָתַתִּי לְמַכִּים וּלְחָיַי לְמֹרְטִים פָּנַי לֹא הִסְתַּרְתִּי מִכְּלִמּוֹת וָרֹק".
ווי מער אריין אין די מערכה, לערך אין די חדשים פון סיון ביז אב, איז די מלחמה ארויף מיט א טרעפל העכער, ווען עס איז געווען א רונדע מחאות בראשות גדולי הדור מנהיגי קהלות הקודש שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן מיט א פאראייניגטע כח זיך אנצונעמען לקדושים אשר בארץ המה, צווישן זיי האדמור"ים מדושינסקיא, טשערנאביל, ראחמסטריווקא, בוהוש, משכנות הרועים, קהל חסידי ירושלים, לעלוב, נדבורנא ירושלים, פינסק קארלין, וויזניץ בית שמש, זוועהיל, שבט הלוי, סקולען ירושלים, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, אב"ד סאטמאר ירושלים, ר"י סאטמאר בני ברק, פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א, הגה"צ רבי יהושע דוד טורטשין שליט"א מנהיג קהלות הפרושים, חברי הביד"צ העדה החרדית, און נאך.
אזוי אויך איז געהערט געווארן דרשות נלהבות בדברי מחאה דורך גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א בארץ ובגולה אקעגן די חפירת קברים, און זיי האבן אויך משמיע געווען די קריאת הקודש אז די ציבור זאל אנטייל נעמען אין די מחאות אדירות.
אין א שריט פון אכזריות מיטן פרואוו אפצוהאלטן די נאכאנאנדע מחאות, האבן די פארשאלטענע ציוניס'טישע פאליציי ביי איינע פון די מחאות ארעסטירט אויפן ארט 3 חשובע אינגעלייט גיבורי חיל, פארן איינציגסטן חטא פון זיך נישט שטעלן צום טמאנ'עם מיליטער, א זאך וואס האט אויסגערופן גרויסע אויפברויז ביי א יעדעם איינעם. און 2 פון די ארטיגע ארעסטירטע שמאכטן נאך ליידער יעצט אין מיליטערישע טורמעס על לא עול בכפם.
באזונדער איז ערשינען קריאת הקודש פון די פירענדע גדולים איבער ארץ ישראל, חברי הבית דין צדק העדה החרדית, חברי מועצת גדולי התורה, ווי זיי האבן אויפגעשטורעמט דעם יהדות הנאמנה מיט א פייערדיגע רוף אקעגן די ביטערע מצב פון די שוידערליכע בזיון המתים מיט די חפירת קברים.
באזונדער אין יענע תקופה איינע פון די מוצאי שבתות בחצר הקודש ויזניץ תיכף נאך הבדלה פון מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז געהערט געווארן א הכרזת קודש בנוכחות פונעם רבי'ן שליט"א דורכן דיין הקהלה הרה"ג רבי ישראל מיללער שליט"א ווי ער האט אויסגערופן און מוחה געווען מיט פייערדיגע דיבורים אקעגן די שוידערליכע חילולי קברים.
אין א היסטארישע שריט האבן זיך אויך פאראייניגט אין די מערכה כבידה די ליטווישע גדולים ראשי הישיבות שליט"א, ווען ליל שבעה עשר בתמוז איז פארגעקומען א עצרת זעקה אין כולל חזון איש בני ברק, ווי הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא האט אויפגעטרעטן מיט שארפע דברי מחאה אקעגן די חילולי קברים, ביים עצרת זעקה האבן זיך אויך באטייליגט הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא, כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א, און נאך הונדערטער בני תורה פון די ליטווישע קרייזן.
אין נאך א פרואוו אפצוהאלטן די שוידערליכע חילולי קברים, איז ארויסגעקומען א קול קורא פון גדולי הרבנים שליט"א אז מען זאל בויקאטירן די בוי פירמע'ס וועלכע ארבעטן ביי די מקום החילול, וואס זיי האבן א גרויסע חלק ידם במעל הזה מיטן אנפירן די שוידערליכע חיטוטי שכבי וחפירת קברים, און טאקע טויזענטער אידן האבן ארויסגענומען זייערע איינגעלייגטע געלט וואס זיי האבן געהאט ביי די דאזיגע פירמע'ס, און פעסטגעשטעלט אז זיי וועלן ווייטער נישט נוצן די קאמפעניס ביז זיי וועלן אראפנעמען די הענט פון די שוכני עפר, ווי טאקע די פירמעס זעלבסט האבן מודה געווען פאר די פרעסע אז זיי האבן געליטן דערפון גרויסע שאדנ'ס.
***
נאך א יאר מיט מלחמות און טעראר אטאקעס איז אריבער אויף אחינו בני ישראל דרי ארה"ק, מיט די אנגעצויגענע 12 טאגיגע מלחמה צווישן איראן אין ארץ ישראל, דאס קומט שוין נאכדעם ווען אנהייב יאר האט שוין אויסגעקוקט ווי די אנגעצויגענע מצב מיט די מלחמה אין עזה וואס האט זיך אנגעהויבן שמיני עצרת שנת תשפ"ד ווערט שוין איינגעשטילט, אין אסאך קהלות האט מען שוין געהאט אויפגעהערט צו זאגן די באשטימטע פיר קאפיטלעך תהלים און אבינו מלכינו א יעדן טאג נאכן דאווענען, געוויסע ישיבות פון דרום ארץ ישראל האבן צוריק אנגעהויבן די לימודים כסדרן, צווישן זיי אלע גערער ישיבות לענגאויס דרום און צפון פון ארץ ישראל וועלכע איז געווען אפגעשפארט איבער א יאר צייט און עס איז עוואקואירט געווארן אין ירושלים בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט זיך צוריק געעפנט עפ"י פקודת הקודש פונעם רבי'ן שליט"א. און טראץ דעם וואס מ'איז ארומגענומען מיט אראבער'ס און פיינטליכע לענדער פון אלע זייטן, דאך האט אויסגעקוקט ווי די אנגעצויגענע מצב המלחמה האט זיך שוין ענדליך בארואיגט.
פרייטאג פארטאגס פרשת בהעלותך האבן זיך אבער תושבי ארץ ישראל ווידער ערוועקט צו א אנגעצויגענע פחד המלחמה מיט איראן, ווען עס האט זיך געהערט די קולות פון די סיירינ'ס און מיסל'ס זענען געפלויגן, אנזייענדיג א גרויסע פחד און שרעק אויף די איינוואוינער פונעם גאנצן לאנד.
אזוי אויך האט די מדינה פאררופן א 'עמערזשענסי' ווען אלע פליגער'ס און לופטפעלדער זענען אפגעשטעלט געווארן, און פילע אידן זענען געבליבן געשטראנדערט אויף די וועגן און שטעגן נישט קענענדיג אנקומען אהיים, אזוי אויך איינוואוינער פון ארץ ישראל האבן נישט געקענט ארויספארן פון לאנד צוליב די מלחמה אומשטענדן.
צווישן אנדערע האבן זיך געפונען גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א וועלכע זענען געבליבן שטעקן על אם הדרך נישט קענענדיג אנקומען אהיים, אזוי אויך גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א פון ארץ ישראל האבן נישט געקענט ארויספארן קיין חוץ לארץ צו שמחות פון די קינדער און איינקלעך, און גרעסערע נסיעות זענען אפפגערופן געווארן. בלויז אין די נאכפאלגענדע טעג האט מען געקענט ארויספארן אדער אנקומען אין לאנד דורך אונטער-ערדישע מיטלען פון דארפן אריבערפארן לאנגע שעות דורך מצרים אדער ירדן.
אין ארץ ישראל גופא ווי עס האט געהערשט א גאר אנגעצויגענע מצב צוליב די מלחמה צושטאנד, זענען אפגערופן געווארן גרעסערע מאורעות, און שמחות החתונות בחצרות הקודש זענען געפראוועט געווארן במתי מעט אין שאטן פון מלחמה.
צווישן די פילע אדמורי"ם שליט"א וועלכע זענען שטעקן געבליבן אין אנדערע מדינות, איז געווען כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א וועלכע האט זיך געפונען על אם הדרך נאך א מסע הקודש קיין אוקריינא נאכן הילולא קדישא פונעם הייליגן בית אהרן זי"ע, און ארויספארענדיג קיין ארץ ישראל האט דער פליגער געמוזט לאנדן אינמיטן וועג אין לאנד קפריסין נישט קענענדיג גרייכן ארץ ישראל צוליב די מלחמה וואס האט דאן אויסגעבראכן. דער רבי איז פארבליבן אויף שבת אין קפריסין נישט האבענדיג מיט זיך קיין בגדי שבת, די עקסנים האבן פארזארגט פארן רבי'ן אלע צרכי שבת פון אנדערע לענדער, א שטייגער ווי פון פולין און נאך, און אהערגעשטעלן א פאסיגע אכסניא אויף שבת. הערשט זונטאג מיטאג איז דער רבי אנגעקומען קיין ארץ ישראל דורכפארענדיג מצרים.
בחצר הקודש בעלזא איז אין יענע טעג פארגעקומען אויף א קלענערע פארנעם די שמחת החתונה פון נכד כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א. די זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט זיך אין יענע טעג געפונען אין אונגארין לרגל די יארצייט פון זקינו הרה"ק בעל אהל משה ממאקאווא זי"ע, און איז געליבן געשטראנדערט נישט האבענדיג קיין וועג ארויס, און די פלאן האט שוין געלויטעט אז מאקאווא רב שליט"א וועט זיך נישט קענען באטייליגן ביים חתונה פונעם אייניקל. בחסדי ה' אינעם יום החופה איז אויסגעארבעט געווארן דורך די עסקנים אז דער רב שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א פריוואטע פליגער קיין ירדן, און פון דארט איז מען צוגעפארן צום גרעניץ פון ארץ ישראל, ווי דער רב שליט"א האט ב"ה געקענט מיטהאלטן די שמחת החתונה.
אזוי אויך כ"ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט"א וועלכע האט זיך געפונען אין אמעריקא, האט נישט געקענט צוריק אנקומען אהיים קיין ארץ ישראל צו די חתונה פון א אייניקל, און איז געבליבן געשטראנדערט אין קפריסין.
נאך עטליכע רבנים ואדמורי"ם שליט"א זענען געבליבן אין ארץ ישראל נישט קענענדיג ארויספארן קיין חוץ לארץ מיטצוהאלטן שמחת החתונות ביי זייערע איינקלעך, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר בעל רזא דאמונה מקרעטשניף סיגעט זצ"ל, און כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א.
אזוי אויך איז אפפגערופן געווארן גרויסארטיגע פלאנירטע נסיעות קיין חוץ לארץ, דער געפלאנטער מסע הגדולים פאר 'קרן עולם התורה' אין אמעריקא וואס האט געזאלט פארקומען אין יענע טעג בראשות הראש ישיבה הגאון הגדול רבי דוד לנדו שליט"א איז אפגערופן געווארן.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א איז ארויסגעפארן קיין אמעריקא לטובת 'קרן עולם התורה דחסידי גור', לויטן פלאן האט דער רבי געדארפט וויילן אין אמעריקא בלויז פאר איין וואך, אבער צוליב די מלחמה וואס האט אויסגעבראכן האט דער רבי געוויילט פאר צוויי וואכן, און געפראוועט 2 פריוואטע שבתים אין די געגענט נעבן מאנסי פאר יחידי סגולה, שפעטער איז דער רבי אהיימגעפארן מיטן פריוואטן פליגער פון הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא, וועלכע האט דאן אויך איבערגעגעבן פארן רבי'ן א היסטארישע בריוו בנוגע די עתיד פון קיום התורה בטהרה אין ארה"ק.
בחצר הקודש זוטשקא אמסאנא איז פארגעקומען די שמחת החתונה פונעם רבינ'ס זון אין אמעריקא ביום כ"ג סיון, און די שבת אויפרוף האט געדארפט פארצוקומען בקרב קהל עדת מרעיתו אין ארץ ישראל אויף שבת פרשת בהעלותך, אבער 2 וואכן איידער די חתונה האט די חתן ערהאלטן א 'צו הגיוס' פון די ציוניסטישע רעגירונג, וואס דאס האט באדייט א אז די חתן האט געמוזט בעוד מועד אנטלויפן פון לאנד כדי צו קענען אנקומען קיין אמעריקא אויף זיין חתונה. די שבת אויפרוף איז פארגעקומען אין אמעריקא, און עס איז געווען א גרויסע עגמת נפש אז מען האט נישט געקענט פראווען די שבת אויפרוף בקרב די משפחה און די חסידים, אבער ממר יצא מתוק, צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז אויב מ'בלייבט ווען אין ארץ ישראל אויפן שבת אויפרוף שבת בהעלותך, וואלט זיך ארויסגעשטעלט א גרויסע פראגע צייכן צו די חתן און מחותנים וואלטן בכלל געקענט פארן צום חתונה צוליב די מלחמה אויסברוך.
אזוי אויך איז אין יענע טעג פארגעקומען די שמחת החתונה בחצר הקודש בעלזא, ווען עס איז לעצט-מינוטיג אפגערופן געווארן אלע פלענער פון פראווען די חתונה אויף א גרויסע פארנעם וואס האט געזאלט פארקומען אינעם גינגאנטישן 'ארענא סטאדיום', צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען ערלויבט צו פראווען קיין גרויסע פארזאמלונגען, און די שמחת החתונה איז געפראוועט געווארן אויף א קלענערע פארנעם אינעם גרויסן שטוב בתוככי ביהמ"ד הגדול בעלזא אין ירושלים. עס איז ארויסגעשטעלט געווארן א הוראה מטעם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אז די חסידים זאלן נישט קומען זיך באטייליגן צום חתונה לאור המצב, און די שמחה וועט זיין געווידמעט בלויז פאר די בני המשפחה. למעשה איז דער חתונה יא געפראוועט געווארן אויף א גרעסערע פארנעם ווי געראכטן מיט די באטייליגונג פון א ריזן צאל חסידים וועלכע האבן זיך אריינגעשטיפט אינעם גרויסן שטוב, און כסדר האט מען פרובירט צו באהאלטן אויפמערקזאמקייט אז די פאליציי זאל נישט באמערקן.
בחצר הקודש לויצק האט געדארפט פארקומען די שמחת החתונה בבית כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א אינעם ריזן זאל פון "כפר חב"ד", אבער היות די אנגעצויגענע מצב המלחמה איז די חתונה אפגעראכטן געווארן אינמיטן טאג אין ביהמ"ד הגדול מאכניבקא בעלזא אין בני ברק, צוליב דעם וואס אינמיטן טאג איז געווען גרינגער מטעם די פאליציי אפצורעכטן א חתונה ווייל רוב מיסל'ס פליען נאר אין די נאכט שעות, אזוי אויך וואס בני ברק קומען אן די ווייניגסטע מיסל'ס, און דער היכל בית המדרש געפונט זיך אויף א אונטערשטע שטאק וואס איז מער באשיצט פון מיסל'ס. די חתונה איז אפגעראכטן געווארן אין די לויף פון די מיטאג שעות, ווען אין א זעלטענע אינטערעסאנטע שריט האט מען איידער די מצוה טאנץ געדאווענט תפלת מנחה, און די חתונה האט זיך נאך געענדיגט לפנות ערב איידער די נאכט איז צוגעפאלן.
ביים שמחת החתונה בחצר הקודש קרעטשניף ירושלים – הארנסטייפל ביתר איז דער חתונה געפראוועט געווארן מיט פיל שטערונגען, ווען די פאליציי האט זיך זייער בארבאריש באגאנגען אקעגן די בעלי שמחה און בני המשפחה, ווען עטליכע מאל אינמיטן די חתונה נאכט האבן די פאליציי ארויסגעטריבן די משתתפים און מען געדארפט וואנדערן פון איין לאקאל צום צווייטן, און עטליכע מאל במשך די נאכט זענען די ריקודין אפגעהאלטן געווארן אן קיין מוזיק כדי נישט צו ציען קיין אויפמערקזאמקייט פאר די פאליציי.
בחצר הקודש לעלוב האט געזאלט פארקומען אויף שבת פרשת בהעלותך א גרויסארטיגע "שבת מירון" פאר כלל חסידי לעלוב, אינאיינעם מיט א שמחת הכנסת ספר תורה לעילוי נשמתה של אמה של מלכות פון כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, אבער צוליב די מלחמה צושטאנד איז די שבת פארגעקומען אויף א קלענערע פארמאט אינאיינעם מיט א ענגע צאל תלמידים וחסידים, וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שבת אינטערן שאטן פון פחד און שרעק.
במשך די 12 טאג פון ימי המלחמה, האבן די גדולי ישראל רבנים ואדמורי"ם שליט"א מעורר געווען פאר די חסידים אז מ'דארף מרבה זיין בתפלה ובתחנונים אויף אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשבי'. באזונדער איז געהערט געווארן די קלארע השקפה הטהורה ודעת תורה הברורה פון גדולי הרבנים שליט"א בארץ ובגולה, ובפרט דורך כ"ק האדמורי"ם מסאטמאר שליט"א, וועלכע האבן מתריע געווען אז חוץ די עצם רעיון הציוני פאר זיך וואס איז א מרידה במלכות שמים ובגזירת הגלות, זעט מען אויך ווי כלל ישראל צאלט א ביטערע פרייז דערפאר, וואס דורך זייערע מעשים און התגרות באומות לייגן זיי אריין גאנץ כלל ישראל אין א סכנה, זייענדיג די אחראים לפשע אויף אלע נאכאנאנדע הריגות און שפיכת דמים.
ברוב חסדי שמים יתברך, צוועלף טעג דערויף איז אנשטאנען א פייער אפשטעל, און די מלחמה האט זיך ב"ה אפגעשטעלט. און עס איז געהערט געווארן גרויסע דברי שבח והודאה להשי"ת דורך די גדולי הרבנים ואדמורי"ם שליט"א וועלכע האבן געדאנקט דעם אייבערשטן על כל הטובות אשר גמלני, אז ברוב רחמיו וחסדיו האט די יעצטיגע מלחמה צושטאנד האט כמעט נישט געשעדיגט קיין איין חרד'ישע איד איבער גאנץ ארץ ישראל.
*
ליידער איז די יאר פארגעקומען עטליכע שווערע טעראר אטאקע'ס אין ארה"ק, וועלכע האבן געקאסט די לעבנ'ס פון חשובע אידישע קינדער נפשות טהורות ונקיות השם ינקום דמם.
חודש כסלו איז פארגעקומען א שווערע ביטערע טעראר אטאקע ווען הקדוש הבחור טובי' שמחה ז"ל הי"ד מחשובי קהלות פני מנחם, בן הרה"ג ר' זושא שמחה שליט"א מראשי ישיבות כלל חסידים ביתר, איז טראגיש גע'רצח'ט געווארן דורך אראבער'ס אויף א באס וואס איז געפארן פון ירושלים קיין ביתר. די גרויסארטיגע טרערן געווייקטע מסע הלוי' איז פארגעקומען פארנט פון בית המדרש פני מנחם גור בנשיאות פון הגאון רבי שאול אלתר שליט"א.
נאך א שוידערליכע ביטערע טעראר אטאקע איז פארגעקומען סוף יאר, חודש אלול, וואו או זעקס אידן יראים ושלמים השם ינקום דמם זענען אומגעברענגט געווארן דורך בלוט דארשטיגע טעראריסטן ביי די צענטראלע באס סטאנציע אין די 'רמות' געגענט אין ירושלים, ווען פליענדע קוילן וואס איז געשאסן געווארן דורך עטליכע אראבישע רוצחים האט ליידער געצילט און אומגעברענגט די 6 קדושים הי"ד, מיט נאך עטליכע פארוואונדערטע.
כלל ישראל טרעט אריין אינעם נייעם יאר שנת תשפ"ו, מיט א טיפע געבעט צום הייליגן באשעפער 'תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה', דאס נייע יאר זאל זיין א יאר בלויז פון גוטע בשורות, שנת אורה, שנת ישועה, שנת חיים טובים, און אוודאי איז שוין די האפענונג פון גאנץ כלל ישראל אז דאס יאר זאל שוין זיין דער 'שנת גאולה' ווען מיר זאלן שוין ווערן ארויסגעלייזט פון דעם ביטערן גלות, סוף וקץ לכל צרותינו, בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן.
***
לקיים בנו חכמי ישראל – עיני עמך בם תלויות
אינעם פארלאפענעם יאר שנת תשפ"ה לפ"ק האט כלל ישראל מתפלל געווען און מעורר געווען רחמי שמים פאר א צאל אדמורי"ם ורבנים שליט"א ראשי ישיבות ומנהיגי קהלות הקודש, וועלכע זענען געווען זקוק לרחמי שמים.
ברוב חסדי שמים, תפלות ישראל עושים רושם, ממש רוב גדולי ישראל שליט"א אויף וועמען מען האט מתפלל געווען במשך דעם יאר האבן ב"ה געהאט א גענצליכע ישועה, אדער לכה"פ איז זייער מצב הבריאות געגאנגען צום בעסערונג, און זענען חיים וקיימים בתוך קהל ועדה, און אלע האבן ב"ה געפראוועט די ימים הנוראים בתוך קהל עדת צאן מרעיתם בהתרוממות עילאה.
די הויפט געשעהניש פון יאר, איז בלי ספק די מצב הבריאות וואס האט זיך אפגעטוהן ביי מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר, ווען גאנץ כלל ישראל בכל מקום שהם און חסידי ויזניץ בפרט האבן לאנגע חדשים איינגעריסן לפני שוכן מרומים פארן מנהיג העדה, מראשית השנה ועד אחרית שנה איז געווען בבחינת 'ספר תורה שרוי בצער' ווען עס האט זיך ארויסגעשריגן פון א יעדעמ'ס הארץ דעם ויזעקו אל ה' בצר להם, אז דער אויבערשטער זאל זיך מרחם זיין און שיקן א גענצליכע רפואה פארן רבי'ן שליט"א אשר עיני עמך בם תלויות ועיניהם לך מיחלות.
בכניסת השנה בשנת תשפ"ה לפ"ק איז דער ראש השנה בחצר הקודש ויזניץ אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט, אבער תיכף נאך יום טוב זענען חסידי ויזניץ ליידער נתבשר געווארן מיט גרויס זארג איבער די מצב הבריאות ביים רבי'ן שליט"א וועמען מען האט דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה ל"ע, מען האט אבער בארואיגט דעם ציבור אז עס איז נאר אויף א לייכטע פארנעם, און דער רבי וועט אנהייבן א סעריע פון לייכטע באהאנדלונגען.
ערב יום הקדוש ביים עריכת שולחן הטהור האט דער רבי שליט"א מעורר געווען דעם ציבור אז מען זאל מתפלל זיין לרפאותו השלימה, און דערביי בארואיגט דעם ציבור אז ב"ה איז דא שטארקע האפענונגען און די ציבור דארף זיך מחזק זיין אין די יעצטיגע ימים טובים טעג אנצוגיין מיט א שמחה און התחזקות מיט שטארקע אמונה ובטחון.
דער יום הקדוש איז טאקע ב"ה אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט בצל הקודש, בעת ווען די טויזענטער חסידים האבן איינגעריסן ביום גדול וקדוש כזה אויף א ישועה שלימה, און ממחרת יום הכיפורים איז דער רבי שליט"א אריבער די ערשטע סעריע באהאנדלונגען.
די יום טוב סוכות און די צווייטע טעג יום טוב איז ווייטער ב"ה אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און התרוממות הנפש אן קיין שום שינוי.
נאך די ימים הנוראים חודש חשון האט מען געהאט די זכי' אז דער רבי שליט"א האט זיך מטריח געווען און ארויסגעפארן זיך באטייליגן ביים היסטארישע "מסע הנגידים – אכסוף" פוקד צו זיין די ציונים הקדושים לבית ויזניץ אשר מקום מנוחתם המה אין די שטעטלעך אין אוקריינא.
דורכאויס די ווינטער חדשים האט די רבי שליט"א משמיע געווען עטליכע מאל רירנדע דברות קודש שלא כהרגלו, איין מאל האט דער רבי שליט"א שלא כהרגילו אויפגעדעקט זכרונות פון די 'זיסע 18 יאר' זייענדיג אין גלות אפגעזונדערט מבית אביו, און האט עס פארגלייכט צו די יעצטיגע מצב ווען ער איז ליידער שרוי בצער און איז נע ונד, דער רבי האט געזאגט אז מען דארף אלס אננעמען מיט אמונה ובטחון מיטן זיך אריינבאקן אמונה אין די הערצער.
דער רבי האט אויך איינער פון די שבתים דערציילט א שטוינענדע חלום וואס ער האט געהאט, ווען א נשמה איז געקומען צו אים אין חלום, און איבערגעגעבן די שרעקליכע מיטמאכעניש אויבן אין הימל בעוון המחלוקת אויף דער וועלט, און דער רבי האט מעורר געווען אז מען זאל מרבה זיין אין שלום ביי כלל ישראל.
תיכף נאך די מסע המקומם איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט נתני', ווי דער רבי האט געוויילט פאר די נאכפאלגענדע חדשים לצורך בריאת גופו הטהור, ווען במשך די חדשים ווען דער רבי האט געוויילט אויסערן שטאט האט דער רבי פרובירט פון צייט צו צייט אריינצופארן קיין בני ברק, און געפראוועט שבתים א יעדע פאר וואכן, ווען א יעדע מאל באזונדער האט דאס אריינגעגעבן א חיות דקדושה פאר אלע טויזענטער חסידים אז טראץ די שווערע אומשטענדן איז מען ב"ה זוכה לראות את מלכינו.
דורכאויס די גאנצע תקופה ווען דער רבי שליט"א האט געוויילט מחוץ לעיר, אזוי אויך אין די טעג ווען דער רבי איז געווען אין שפיטאל, זענען גדולי האדמור"ים שליט"א געקומען מבקר חולה זיין דעם רבי'ן אנצואוונטשן א רפואה שלימה.
אינמיטן ווינטער חודש טבת איז געמאלדן געווארן, אז דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן קיין לאס אנדזשלעס אויף א קורצע באזוך פון איין וואך, וואס דאס וועט דינען אלס צוגרייטונג צום קאמפלצירטע אפעראציע וואס האט געזאלט פארקומען סוף חודש שבט, און עס איז למעשה אפגעשטיפט געווארן תיכף נאך פורים.
איידער דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט קיין לאס אנדזשלעס איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א געקומען זיך געזעגענען ביים רבי'ן שליט"א, אזוי אויך האט דער פאר הדור הגה"ק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע איז געקומען צו פארן קיין נתני' דינענדיג אלס מוהל ביי א ברית מילה פון א אייניקל ביים רבי'ן, האט זיך נאכן ברי"מ ווארעם געזעגנט פונעם רבי'ן שליט"א מיט ברכות לרוב.
נאך די קורצע רייזע קיין לאס אנדזשלעס האט זיך דער רבי שליט"א צוריקגעקערט קיין ארה"ק אין שטאט נתני' אויף אפרוה, און יענע פאר וואכן האט דער רבי שליט"א עטליכע מאל אריינגעפארן קיין בני ברק מיטצוהאלטן עטליכע שמחות במעון הקודש, ווי צווישן אנדערע איז פארגעקומען די שמחת החתונה פונעם רבינ'ס אייניקל אצל בנו הרה"צ ר' יעקב מרדכי האגער שליט"א אב"ד ויזניץ אלעד.
אזוי אויך איז פארגעקומען ביום "חמשה עשר בשבט" די גרויסארטיגע טיש אין היכל הגדול בית ויזניץ אין בני ברק בראשות דעם רבי'ן שליט"א, געציילטע טעג איידער זיך ארויסלאזן צום לענגערע נסיעה קיין לאס אנדזשלעס לצרכי רפואה, און ביי די דברות קודש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען רירענדע דברי פרידה.
די וואך פון פ' יתרו איז געווען די הויכפונקט ביי חסידי ויזניץ אנבאלאנגט דעם רבינ'ס געזונט צושטאנד, ווען טויזענטער חסידים האבן זיך פארזאמלט מול ביתו נאוה קודש ברחובות קרי' עיר בני ברק ביים מעמד פרידה ווען דער רבי איז ארויסגעפארן קיין לאס אנדזשלעס זיך גרייטענדיג צום קאמפלצירטע אפעראציע, טייכן טרערן איז פארגאסן געווארן ברחובות קרי', מיט די בעסטע האפענונגען אז דער רבי וועט זיך ווי אומשנעלסטן אומקערן אהיים געזונטערהייט.
דעם רבינ'ס יונגערע ברודער כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א איז ארויסגעפארן באגלייטן דעם רבי'ן ביז צום לופטפעלד, און מיט א ספעציעלע ערלויבעניש ארויפבאגלייט דעם ברודער ביז ארויף אויפן פליגער.
אזוי אויך האט ידידו וריעו כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א באגלייט דעם רבי'ן ביז צום לופטפעלד, און מחותנו כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט אויך באגלייט דעם רבי'ן ביז צום לופטפעלד, און דערביי האט ער געבענטשט דעם רבי'ן שליט"א מיט ברכת כהנים.
תיכף ביים אנקומען קיין לאס אנדזשלעס איז ליידער אנטשטאנען א פארערגערונג אינעם מצב הבריאות ביים רבי'ן, דער רבי איז געווארן האספטלאזירט פאר עטליכע טעג ביז מען האט באוויזן צו פארבעסערן דעם רבינ'ס געזונטהייט צושטאנד.
אין די ערשטע טעג נאכן אנקום קיין לאס אנדזשלעס איז פארגעקומען די שמחת החתונה פונעם רבינ'ס אייניקל אין ניו יארק, ווען די פלאן האט געלויטעט אז דער רבי שליט"א וועט זיך באטייליגן לפאר בראש השמחה, אבער למעשה לאור מצב בריאותו איז עס אין די לעצטע מינוט אפגערופן געווארן און דער רבי האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביים שמחת החתונה, דערנאך איז געווען א פלאן אז אלע חסידים פון אמעריקא וועלן קומען צו פארן קיין לאס אנדזשלעס צו א גרויסע שמחת השבע ברכות לרגל די חתונה הגדולה, אבער למעשה לויט די ראט פון די דאקטוירים איז דאס אויך אפגערופן געווארן, צוליב דעם וואס איז נישט גלייך אינעם יעצטיגן מצב אז עס זאל ווערן אזא אנגעלויפעניש ארום דעם רבי'ן, און עס האט אויסגערופן גרויס אנטוישונג ביי די פילע חסידים. למעשה איז פארגעקומען א שמחת השבע ברכות אויף גאר א ענגע פארנעם מיט בלויז א קליינע צאל באטייליגטע קרואי מועד, ווען עס האבן זיך אויך באטייליגט פינף ברודער אחים האדמורי"ם לבית ויזניץ קינדער פון בעל תורת מרדכי זי"ע, צוויי פון די ברודער זענען געווען זיידעס ביי די שמחה, און די אנדערע ברודער זענען פונקט געווען אין געגענט אויף אפרוה און אויף צו שאפן געלטער ביי די ארטיגע עשירים לטובת די מוסדות.
יום טוב פורים איז אפגעהאלטן געווארן דורך טויזענטער חסידי וויזניץ מיט געמישטע געפילן אין שאטן פונעם רבינ'ס שווערע מצב. דער רבי שליט"א האט געפראוועט מיט א ענגע צאל מקורבים אין לאס אנדזשלעס, ובשליחות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א האט בנו הגדול פונעם רבי'ן הרה"צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א אב"ד קרית ויזניץ געפירט די גאנצע יום טוב פורים בקרב חסידי ויזניץ אין בני ברק, אזוי אויך האט דער רב שליט"א געפירט די יומא דהילולא פון הרה"ק בעל ישועות משה מויזניץ זי"ע.
א טאג נאך יום טוב פורים, מאנטאג פרשת ויקהל אינדערפרי, איז דער רבי שליט"א אריבער די שווערע קאמפלצירטע אפעראציע, בו בזמן ווען עס זענען פארגעקומען עצרות תפלה בכל קצוי תבל להרעיש עולם ומלואה לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן, אזוי אויך איז פארגעקומען מערערע מניני תהלים ביי די אהל הק' פון אדמור"י בית ויזניץ.
אין די שפעטערע מיטאג שעות האט מען ב"ה געהערט די גינסטיגע בשורה אז דעם די דאקטורים דרוקן אויס גרויס צופרידענהייט אז די אפעראציע איז ב"ה אריבער בשלום מיט גרויס הצלחה. אבער דער רבי האט זיך נאך געדארפט לאנג ערהוילן פונעם שווערן אפעראציע פון וואס ער איז געווען גאר שטארק אפגעשוואכט במשך די קומענדיגע וואכן.
לויטן פלאן האט זיך שוין דער רבי געדארפט צוריק אהיימקערן לביתו נאוה קודש אויף יום טוב פסח און פירן דעם גאנצן יום טוב בקרב עדת צאן מרעיתו, אבער קומענדיג נענטער צום יום טוב האבן די דאקטורים פארלאנגט אז זיי דארפן נאך אדורכגיין פארשידענע אבוואראציע'ס אויפן רבינ'ס געזונט צושטאנד, און דער רבי דארף נאך פארבלייבן איבער יום טוב אין לאס אנדזשלעס.
אין א ערשטמאליגע שריט האט דער רבי געפראוועט צוויי סדרים בלילי התקדש חג, אויפן הוראה וואס עס האט שוין ערהאלטן זקינו בעל אמרי חיים זי"ע אז אויב איז מען אין חוץ לארץ מיט די משפחה זאל מען האלטן יום טוב שני של גליות.
ברוב רחמיו וחסדיו הגדיל לנו, אנהייב חודש אייר האט דער רבי שליט"א פארלאזט לאס אנדזשלעס, און איז געפארן קיין שווייץ אויף אפרוה פאר צוויי וואכן, און פון דארט איז דער רבי אנגעקומען אהיים קיין ארה"ק, ווען אלפי חסידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן שליט"א אין לופטפעלד.
די הויכפונקט איז געווען, ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען במלוא יופיו והדרו ביים גרויסארטיגן ל"ג בעומר טיש בהיכל הגדול בית ויזניץ, און די חסידים האבן מיט אינערליכע התרגשות אויסגעשריגן דעם 'ברכת שהחיינו' בשם ומלכות.
תיכף נאך ל"ג בעומר איז דער רבי געפארן קיין 'מושב אורה' בגלילות ירושלים עיה"ק אויף אפרוה, ווי דער רבי האט זיך דארט ערהוילט אין א ספעציעלע אפגעדינגענע אכסניא, ווען פון צייט צו צייט איז דער רבי אריין אין הדסה שפיטל פאר אבוואראציעס און באהאנדלונגען. אזוי אויך האט דער רבי געהאט א סדר אהיימצוקומען אויף א יעדע צווייטע שבת קיין בני ברק לעשות את השבת בקרב קהל עדת צאן מרעיתו, אזוי אויך האט דער רבי ב"ה געוויילט אויף יום טוב שבועות זמן מתן תורתינו אין בני ברק אויף א געהויבענע פארנעם.
במשך די אלע חדשים וואס דער רבי האט געוויילט אויף אפרוה אין 'מושב אורה' איז דער רבי זעלטן ארויסגעפארן פונעם מקום נופש, מיטן אויסנאם ביי געציילטע היסטארישע און וויכטיגע מאורעות, א שטייגער ווי צו גיין ביים כותל המערבי אין די שבעת ימי התשלומין פון יו"ט שבועות, זיך באטייליגט ביים היסטארישן "כינוס לצדיקים" אין 'מעלת החמשה' נעבן ירושלים עיה"ק אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס, דעם אסיפת יסוד פאר קרן עולם התורה ויזניץ וואס איז פארגעקומען במעמד אלע רבני ודייני ויזניץ בבית האכסניא פונעם רבי'ן, אויך האט דער רבי ערשיינט ביים היסטארישע 'מזומנים בחינה' בחצר הקודש גור וואס איז פארגעקומען בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין מושב אורה.
מוצאי שבת נחמו איז דער שוואגער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א געקומען אפשטאטן א באזוך ביים רבי'ן שליט"א אין מושב אורה, צום ערשטן מאל ווען בעלזא רב האט באזוכט ביים שוואגער לדרוש בשלומו נאך די גאנצע אריבערגאנג אויפן רבי'ן.
אין די וואך פון פרשת עקב איז דער רבי שליט"א געפארן קיין דייטשלאנד צו די ארטיגע פראפעסיאנאלע דאקטורים אויף באהאנדלונגען.
במשך חודש אלול האט דער רבי אויפגענומען דעם ציבור אינעם אכסניא אין מושב אורה לברך ולהתברך לקראת ימי הרחמים והרצון, ווען עס איז געווארן אויסגעשטעלט געווארן א ספעציעלע סדר אז אלע חסידים וואס ווילן אריינקומען זיך געזעגענען ביים רבי'ן וועלן זיך מוזן איינשרייבן פון פאראויס, און עס וועט אויסגעשטעלט ווערן לויט א באשטימטע סדר, צוליב דעם וואס די פארוואלטונג פונעם ישוב ערלויבט נישט קיין אנלויפעניש פון צופיל מענטשן.
שהחיינו וקיימנו והגיענו לזמן הזה, העכער אלע ערווארטונגען האבן אלפי חסידי ויזניץ מיטגעלעבט די יום טוב ראש השנה בצל הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס איז אפגעראכטן געווארן כשנים קדמוניות אינעם היכל הגדול בית ויזניץ במעמד אלופי אלפי ישראל, וועלכע האבן אינאיינעם געלויבט און געדאנקט דעם אייבערשטן על כל החסד אשר גמלני אז נאך אזא שווערע יאר וואס איז אריבער אויפן רבי'ן איז מען זוכה אז דער רבי געפונט זיך בתוך קהל ועדה. דער רבי שליט"א איז געווען גאר גוט אויפגעלייגט במשך די צוויי טעג יום טוב, און געפירט די געהויבענע תפלות און לעכטיגע טישן אן קיין שום שינוי פון אמאל, אלעס כהרגילו.
טראץ דעם וואס דער רבי שליט"א איז שוין ב"ה אסאך אסאך בעסער, איז אבער דער רבי נאך אין היפש א שוואכע געזונט צושטאנד, דער רבי איז נאך נצרך אויף א ישועה גדולה אז ער זאל זיך צוריקקערן צו די כוחות כאיתנו הראשון, כלל ישראל איז מתפלל צום אייבערשטן ויה"ר שיתחדש כנשר נעורכי, לקיים בנו חכמי ישרא"ל, אז דער רבי שליט"א זאל האבן א גענצליכע רפואה און זיך צוריקקערן צו די כוחות, ווייטער קענען פירן קהל עדתו כמאז ומקדם.
***
דאס יאר האט כלל ישראל מתפלל געווען פאר כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועלכע איז געפאלן דעם פארגאנגענעם שבת נחמו, און געליטן אויף א שווערע בראך אויפן אקסל, די מצב איז געווען היפש שווער, און לאור מצב בריאותו איז די חתונה פונעם רבינ'ס אייניקל וואס האט געזאלט פארקומען אויף ב' אלול, אפגעשטיפט געווארן אויף דעם קומענדיגן ווינטער.
די טויזנטער חסידים זענען געווען היפש אנגעצויגן פונעם רבינ'ס מצב הבריאות, ובפרט ווען אינצווישן האט זיך אנטוויקלט ביים רבי'ן נאך עטליכע מיחושים, ווען דער רבי האט באקומען א שווערע לונגען אנצינדונג און האט געדארפט אנקומען אין שפיטאל אויף עטליכע טעג, בעת ווען די חסידים האבן ארויסגעקוקט אויף דעם רבינס ישועה.
ב"ה אז דער רבי שליט"א האט זיך ערהוילט, און דער ירח האיתנים די ימים הנוראים איז אריבער מיט גרויס דערהויבענקייט, הגם דער רבי איז געזעצן ביי די תפילות מער ווי זיין שטייגער זייענדיג נאך אפגעשוואכט פונעם דורכגאנג.
***
אין די וואך פון פרשת שופטים איז כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אומגעפאלן, און זיך צובראכן א ביין פון די פיס, און דער רבי איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל דורכגייענדיג א אפעראציע אויפן ביין, בעת ווען אלפי החסידים זענען מתפלל לרפואותו השלימה. ב"ה אז דער רב איז אהיימגעקומען קורצליך דערויף, און ווייטער ממשיך געווען די עבודת הקודש אין די שבתים דערנאך אין די ירח האיתנים מיט א שטארקייט טראץ די אפגעשוואכטע כוחות.
***
ערב שבת קודש פרשת וירא ביי תפלת מנחה איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א צוזאמגעפאלן לעיני קהל ועדה, עס איז געשאפן געווארן א גרויס בהלה און זארג צווישן די חסידים, דער רבי איז גלייך אפפגעפירט געווארן אין שפיטאל, ווען תיכף נאך שבת האט מען געהערט די גוטע בשורה אז דער רבי פילט זיך ב"ה אמבעסטן.
עטליכע וואכן שפעטער איז דער רבי נאכאמאל כמעט צוזאמגעפאלן, מען האט עס תיכף באהאנדלט אויפן פלאץ און ב"ה אפגעשטעלט די קריזיס.
***
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א איז אריבער א שווערע דורכגאנג די יאר, ווען גופו הטהור איז נאך געווען היפש אפגעשוואכט פון די ביטערע מחלה ל"ע וואס דער רבי האט געליטן מיט עטליכע יאר צוריק. במשך די יאר האט דער רבי געליטן פון פארשידענע שוואכקייטן ווען דער רבי איז עטליכע מאל במשך דעם יאר אריין אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען. דער רבי איז געפארן אויף אמעריקא פאר עטליכע חדשים אויף אפרוה צו שעפן פרישע כוחות, און געגאנגען אויף כסדר'דיגע באזוכן ביי די ארטיגע דאקטורים. אזוי אויך האט דער רבי געוויילט אויף אפרוה פאר עטליכע וואכן אין קרית וויזניץ אין קיימישע בצל אחיו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישע שליט"א.
ברוך השם אז דעם רבינ'ס מצב האט זיך היפש פארבעסערט, און אויף סוף חודש אלול האט זיך דער רבי צוריקגעקערט לביתו נאוה קודש אין עיר הבירה לאנדאן צו פירן די ירח האיתנים בקרב עדת צאן מרעיתו. בעת ווען די חסידים ומעריצים זענען מתפלל אויפן רבינ'ס גענצליכע ערהוילונג.
***
ביום ראש השנה שנת תשפ"ה האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א געבענטש גומל בפני קהל עם ועדה בהיכל בית המדרש הגדול נאך די גרויסע חסדים ונסים גלויים וואס דער רבי האט געהאט עטליכע טעג בעפאר ראש השנה.
אזוי אויך עטליכע מאל אינמיטן יאר איז דער רבי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל צוליב פארשידענע חולשות, צווישן אנדערע איז אפגערופן געווארן די גרויסארטיגע מעמד שריפת הפתילות ביום זאת חנוכה צוליב דעם רבינ'ס שוואכקייט, און דער רבי האט עטליכע מאל במשך דעם יאר געדארפט אריבערגיין דיאלאסיס ל"ע.
***
במשך די זוממער וואכן איז אנשטאנען א לייכטע חולשה ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, און ערב שבת קודש פרשת ואתחנן – נחמו האבן דעם רבינ'ס שטוב מענטשן ערהאלטן א קריטישע רוף פונעם רבינ'ס לייב-דאקטער אז נאכן איבערקוקן געוויסע טעסטס איז ער חושש אויף ערנסטע געזונטהייט חששות פון א ערנסטע אינפעקציע ביים רבי'ן, און דער רבי דארף שוין אריבערקומען אין שפיטאל אויף אונטערזיכונגען.
אין די ערב שבת נאכמיטאג שעות איז דער רבי שנעל אפפגעפארן פון מעון קדשו אין מחנה דברי יואל סוואן לעיק צו די 'עלענוויל שפיטאל' אין די קעטסיקלס, און נאכן דורכגיין א רייע טעסט האט זיך ארויסגעשטעלט אז אלעס איז פאזאטיוו ב"ה, און דער רבי גייט אריבער בלויז א לייכטע דורכגאנג.
ווען דער רבי איז באפרייט געווארן פון שפיטאל איז שוין געווען סמוך לכניסת השבת, און דער רבי איז אין איילעניש אפפגעפארן לביתו נאוה קודש אין מחנה דברי יואל דורך א פאליצייאישע קאראוואן, אנקומענדיג אהיים ממש געציילטע מינוטין איידערן זמן שבת קודש, ווי מען האט געלויבט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים מיט א הודאה על העבר ובקשה על העתיד מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
***
גאר א ערנסטע דורכגאנג אויפן מצב הבריאות פון כ"ק אדמו"ר מבית שמואל צבי ספינקא שליט"א איז אריבער אויפן רבי'ן היי יאר. עס האט זיך אנגעהויבן ווען מען האט אנדעקט ביים רבי'ן א שווערע אינפעקציע וואס האט זאפארט פארלאנגט א אפערירונג, און די נאכפאלגענדע טעג איז די מצב געווארן פארערגערט און מער קאמפלעצירט, אויף אזוי ווייט אז מען איז געווען געצואונגען ארויפצולייגן דעם רבי'ן אויף א רעספרעיטאר ר"ל, כלל ישראל האט איינגעריסן לרפאותו השלימה, פילע מניני תהילים איז פארגעקומען איבעראל, ובפרט ביים אהל פון אדמור"י בית ספינקא, ויזעקו אל ה' בצר להם.
הודו לה' אז עס האט זיך באשיינפערליך אנגעזען אז תפלת ישראל עושה רושם, די מצב איז ב"ה געגאנגען צום בעסערונג, און די רבי שליט"א הייבט אן צוריקצוקומען צו די כוחות, אבער ער איז נאכאלס זקוק לרחמי שמים אז ער זאל זיך ערהוילן כאיתנו הראשון.
***
כ"ק אדמו"ר מלעלוב עזרת תורה שליט"א איז היי יאר אדורכגעגאנגען א שווערע דורכגאנג מיט ביטערע מחלה ל"ע, ב"ה דער רבי ערהוילט זיך, און האט שוין געפראוועט אינמיטן יאר א סעודת הודאה.
כ"ק אדמו"ר מקאלוב שליט"א לרפו"ש איז במשך דעם יאר עטליכע מאל אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל ליידענדיג אויף שווערע אינפעקציעס, טראץ דעם וואס שוין עטליכע יאר איז מען מתפלל אויפן רבינ'ס געזונט צושטאנד, איז היי יאר אנטשטאנען עטליכע אנדערע אינפעקציעס וועלכע האט מער אפגעשוואכט דעם רבינ'ס מצב הבריאות.
חודש אייר איז דער רבי געפארן קיין ראטשעסטער אויף א ערנסטע באהאנדלונגס פראצעדור, און ב"ה דער רבי קומט צו די כוחות, ווען כלל ישראל איז מתפלל אויף די ווייטערדיגע רפואה פון מרן משה בן ריזל למען יאריך ימים על ממלכתו.
כ"ק אדמו"ר מספינקא שליט"א פון בארא פארק איז אויך היי יאר אריבער פארשידענע שווערע געזונטהייט קאמפליקאציעס, ב"ה אז די רבי ערהוילט זיך, און מען איז ווייטער מתפלל אויפן רבינ'ס גענצליכע רפואה.
הגה"צ אב"ד תפארת אליעזר שליט"א איז ליידער צוזאמגעפאלן און געליטן פון א הארץ אטאקע ל"ע אינמיטן די שמחת החתונה פון בתו הכלה בעת די ריקודין של שמחה, וואס איז פארגעקומען מאנטאג פרשת בהעלותך אין שטאט בארא פארק, דער רב שליט"א איז אפגעפירט געווארן מיט איילעניש אין שפיטאל, בעת ווען די שמחת החתונה האט ווייטער פארגעזעצט האפענדיג אויפן בעסטן.
ב"ה אז מען האט באוויזן צו סטאבלאזירן די מצב, און דער רב שליט"א האט זיך שנעל ערהוילט, און איז אהיימגעקומען עטליכע טעג דערויף, און נאך מיטגעהאלטן די לעצטע טעג פון די שבע ברכות, ווי ער האט זיך ב"ה מיט א יעדע פארבייגייענע טאג צוריקגעקערט צו די כוחות, און גייט ווייטער אן מיט זיין הרבצת התורה אין די ישיבה ווי אויך בבית מדרשו אין שטאט בארא פארק.
כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א האט אינמיטן יאר געליטן פון א לייכטע סטראוק, נאכפאלגענדיג מיט נאך פארשידענע מיחושים וועלכע האט היפש אפגעשוואכט דעם רבינ'ס געזונט, ב"ה אז דער רבי קערט זיך צוריק צו די כוחות מתוך בריות גופא.
כ"ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א פון 9 איז געווען האספטלאזירט אינמיטן יאר אין גאר א שווערע מצב, און ב"ה האט זיך דער רבי צוריקגעקערט צו די כוחות, און מען איז ווייטער מתפלל פארן רבינ'ס גענצליכע רפואה.
כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א האט געליטן פון גאר אן ערנסטע אינפעקציע דעם סוף יאר, די מצב איז געווען היפש שווער, אבער ב"ה דער רבי קומט צוביסלכווייז צוריק צו די כחות.
כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף א שבת של שמחה אין קרית וויזניץ קיימישע אצל גיסו ומחותנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קיימישע שליט"א, איז צוזאמגעפאלן אינמיטן שבת, מען האט גלייך אריינגעפירט דעם רבי'ן אין שפיטאל, אבער דער מצב האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט צו גיין צום פארבעסערונג, און דער רבי איז צוריקגעקומען צו די כוחות.
כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א איז אינמיטן יאר אריבער אן ערנסטע אפעראציע, וועלכע איז ב"ה אריבער בשלום, און מען איז ווייטער מתפלל אז דער רבי זאל זיין געזונט און שטארק מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
כ"ק אדמו"ר מויזניץ שליט"א און כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א זענען אפפגעפירט געווארן אין שפיטאל שבת קודש פרשת טהרה צוליב לייכטע באהאנדלונגען, ב"ה קורצליך נאך שבת קודש זענען ביידע אדמורי"ם שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל, נאכן פעסטשטעלן אז זאכן זענען אין ארדענונג.
בכלליות איז היי יאר כ"ק אדמו"ר מערלוי שליט"א אריבער אסאך שוועריקייטן אינעם מצב הבריאות, בעת ווען כלל ישראל קוקט ארויס אויף א גענצליכע רפואה און ישועה.
***
אויך האט מען דאס יאהר מתפלל געווען פאר די גדולי ראשי הישיבות
הגאון הגדול הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא איז אומגעפאלן ביי זיך אין שטוב, וועלכע האט געצואוונגען אריינצופירן דעם ראש ישיבה אין שפיטאל אויף עטליכע טעג פאר באהאנדלונגען.
ב"ה אז דער ראש ישיבה איז באפרייט געווארן פון שפיטאל מיט עטליכע טעג דערויף, ווען דער ראש ישיבה איז מיט די נאכפאלגענדע טעג צוביסלעך צוריקגעקומען צו די כוחות, און כלל ישראל איז מתפלל מיט א תפלה צום אייבערשטן עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.
הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא איז אריבער א שווערע לונגען אנצינדונג, וועלכע האט גאר שטארק אפגעשוואכט די געזונטהייט מצב ביים ראש ישיבה, ווען ער איז געווען געצואוונגען צו זיין אין שפיטאל פאר עטליכט טעג.
הגאון המקובל רבי דוב קוק שליט"א פון טברי' איז אריבער די יאר שווערע יסורים און שמערצן אין זיין געזונט צושטאנד, וועלכע האט גאר שטארק פארשווערערט זיין עבודת הקודש.
ב"ה אז דער מצב גייט צום בעסערונג, און כלל ישראל איז מתפלל פאר זיין גענצליכע רפואה.
ועל זקני שארית עמך בית ישראל, שטייענדיג בכניסת השנה החדשה איז כלל ישראל מתפלל פאר די צוויי מאורות הגדולים גדולי זקני ראשי הישיבות מישישי הדרה וועלכע זענען אנגעוויזן אויף תפלות ישראל, לקיים בנו חכמי ישראל, הלא המה הגאון הגדול רבי אליקים בן בילא שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה לאנדאן שליט"א, און הגאון הגדול רבי שמואל בן איטא עטיל קאמענעצקי שליט"א ראש ישיבת פאלאדעלפיע.שטייענדיג ביים אנהייב פונעם נייעם יאר שנת תשפ"ו, הייבט מען אויף די הענט כפינו פרושות לשמים, מיט א הייסע תפלה צום אייבערשטן יהמו נא רחמיך ה' אלוקינו, אז די גדולי ומנהיגי ישראל שליט"א אשר בית ישראל נשען עליהם זאלן זוכה זיין צו קענען פירן די הייליגע קהלות בתוך עדת צאן מרעיתם על מי מנוחות ינהלנו געזונט און שטארק, קענען ווייטער משפיע זיין תורה עבודה מתוך יראה הטהורה.
בשנת תשפ"ה איז פארגעקומען מערערע באגעגענישן צווישן גדולי ישראל שליט"א, טייל פון זיי איז געווען די געשפרעך פון טאג ביים יהדות החרדית, וועלכע האט געשאפן א געוואלדיגע מחזה הוד 'כי הנה המלכים נועדו יחדו', ווען די באגעגענישן האט אויסגערופן גרויס אינטרעסע סיי צוליב די אינטרעסאנטקייט דערפון, און סיי צוליב די זעלטענהייט נאכן זיך נישט טרעפן פאר מערערע יארן א.ד.ג.
פארלאפענעם חודש שבט האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אין א זעלטענע היסטארישע שריט זיך ארויסגעלאזט קיין שטאט בני ברק, ביי א אסיפה נחוצה בביתו פונעם ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס, ווי עס האט זיך אויך באטייליגט ביין אסיפה הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א.
א היסטארישע מחזה הוד איז געווען דעם פארלאפענעם כ"ו אב יומדהל"ק פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, בעת די הנחת אבן הפינה פון ביהמ"ד החדש סאטמאר אין ירושלים, ווען די צוויי זקני ירושלים מישישי הדרה הגאון הצדיק רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א און הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות האבן זיך אינאיינעם באגעגנט אויפן בימת הכבוד, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע 12 יאר וואס די שני מאורות הגדולים האבן זיך נישט געטראפן, זיי האבן זיך אינאיינעם ווארעם באגריסט ביותרת הכבוד, בעת ווען די טאטעס האבן אויפגעהויבן די קינדער אין די הייך אז זיי זאלן מיטהאלטן אזא היסטארישע מחזה הוד, און דערנאך האבן זיי אינאיינעם געגאסן דעם אבן הפינה.
הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א איז אריבערגעפארן למעון הקודש פון הגאון האדיר רבי משה שטערנבוך שליט"א בעל תשובות והנהגות, ווי עס איז געווען גאר א היסטארישע שריט ווי די צוויי גדולי קרבניטי היהדות החרדית זקני הדור באגעגענען זיך אינאיינעם, און זיי האבן ארומגעשמועסט בדברים העומדים על הפרק.
אין א היסטארישע ערשיינוג בעת ווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט געוויילט אין אנטווערפן אינמיטן ווינטער, איז דאן פארגעקומען די דינער לטובת 'חיבת ירושלים', און עס איז געווען א מחזה הוד ווי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א און כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, די צוויי נשיאי הכולל פון ארה"ב און אייראפע, ערשיינען און פארברענגען אינאיינעם במלוא יפיו והדרו ביים דינער לטובת 'כולל חיבת ירושלים'.
כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א איז געווען אויף ביקור חולים ביים עלטערן ברודער כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א לרפו"ש, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע 25 יאר וואס זיי האבן זיך שוין נישט געטראפן אינאיינעם, די צוויי אחים האדמורי"ם האבן ידידות'דיג פארברענגט בשבת אחים פאר לענגערע שעות.
ביים היסטארישן "כינוס הצדיקים" דעם פארלאפענעם חודש אב וואס איז פארגעקומען אינעם "סקאוי" זאל אינעם "מעלת החמישה" געגנט סמוך לשערי ירושלים עיה"ק, ווי עס האבן זיך צונויפגעזאמלט הונדערטער רבנים וראשי הישיבות שליט"א פון אלע שיכטן און קרייזן אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס. דארטן ביים כינוס הגדול איז פארגעקומען א זעלטן היסטארישע צוזאמטרעף, וואס האט אויסגערופן גרויס אנשפרעך ביים יהדות החרדית, ווען דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א האט זיך אנגעטראפן מיט ידיד נעוריו הגאון הגדול רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א, נאך א צייט אפשניט פון גאנצע 80 יאר וואס זיי האבן זיך נישט געטראפן, זייענדיג ביידע יוגנט חברים לערנענדיג בימי בחרותם אין ישיבת סלאנים, וואס זינט דאן האבן זיי זיך נאכנישט באגעגענט אינאיינעם.
הגאון רבי יצחק זילבערשטיין שליט"א האט פון גרויס התרגשות געמאכט 'ברכת שהחיינו' בשם ומלכות בקול רם, און זיך גאר ווארים באגריסט איינער דעם צווייטן מיט א זעלטענע ידידות און בענקשאפט.
היסטארישע אסיפת הרבנים בענינים העומדים על הפרק:
אזוי אויך איז היי יאר פארגעקומען עטליכע גרעסערע אסיפות הרבנים פון אלע שיכטן און קרייזן אנבאלאנגט וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק.
חודש שבט איז פארגעקומען די היסטארישע "אסיפת הרבנים" להצלת ילדי "לב טהור גוטאמאלא", צו ברענגען א ענדע צו די פיין און ליידן פון די אומשולדיגע קינדערלעך וועלכע זענען אויפגעוואקסן אין לב טהור. די אסיפה איז פארגעקומען אין שטוב פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א מיט די באטייליגונג פון גדולי הרבנים שליט"א פון אלע חסיד'ישע קהלות, אזוי אויך גדולי ראשי הישיבות פון די ליטווישע קרייזן, ווי אינאיינעם האט מען מטכס עצה געווען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט ווייטערדיגע פעולות ארויסצוראטעווען די אומשולדיגע קינדערלעך מעבדות לחרות.
באזונדער איז פארגעקומען אום חודש סיון די היסטארישע אסיפת גדולי עמודי הוראה בדורינו שליט"א פון רוב היימישע קהלות קדושות אין ניו יארק, אין שטוב פון עמוד ההוראה הגאון הגדול רבי בנימין לאנדא שליט"א דומ"ץ טאהש ב"פ, ווי די רבנים ומורי הוראה שליט"א האבן אינאיינעם דן געווען איבער פארשידענע השתדלות בדרכי הרפואה על פי דרך התורה והמסורה וואס קען זיין גאר שטארק בייהילפיג פאר פארפעלקער חשוכי בנים ל"ע המצפים לישועה, און עס איז ארויסגעקומען דער שטאנדהאפטיגער דעת תורה הברורה לדעת את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון.
אזוי אויך איז פארגעקומען א היסטארישע אסיפת 'מועצת גדולי התורה' פון פילע רבנים ואדמורי"ם שליט"א איבער ארה"ק.
חודש אלול איז פארגעקומען די "בחינת מזומנים" בחצר הקודש גור אין 'מושב אורה' בראשות כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א. אין א היסטארישע שריט האט זיך אויך באטייליגט ביי דעם בחינה מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א וועלכע האט געוויילט אין יענע וואכן אין 'מושב אורה' אויף אפרוה לחיזוק מצב בריאותו, ווי עס איז געווען גאר א זעלטענע מחזה הוד ווי די צוויי גדולי האדמורי"ם שליט"א זיצן אינאיינעם.
בשבת אחים גם יחד:
צווישן די קהלות קדושות בישראל איז פארגעקומען גאר היסטארישע צונויפפונקטן, ובפרט צווישן חסידי וויזניץ, ראחמסטריווקא, סקולען, וואס טראץ דעם ווען צווישן די אחים האדמורי"ם שליט"א האלט מען זיך צוזאמען בשבת אחים גם יחד באהבה ואחוה שלום ורעות, אבער דאך ווען עס קומט א געוויסע מאורע אדער היסטארישע מעמד איז א יעדעס מאל באזונדער א מחזה הוד צוצוזעהן ווי די אחים האדמורי"ם שליט"א זיצן אינאיינעם און זיי זענען זיך מכבד איינער דעם צווייטן מיט א זעלטענע יותרת הכבוד.
אין חצר הקודש וויזניץ איז פארגעקומען א סיום מסכת ברכות וואס ווערט געלערנט אונטערן מסגרת 'מאמר מרדכי', ווי אלע חצרות ויזניץ לערנען מיט אויפן זעלבן סדר, ביים סיום האבן זיך באטייליגט אלע אחים האדמורי"ם לבית ויזניץ אויף א ברודערליכע פארנעם אינאיינעם מיט בני קהילתם.
אין חצר הקודש ראחמסטריווקא איז היי יאר אויסגעפאלן די יומא דהילולא פון הרה"ק מראחמסטריווקא זצ"ל אויף שבת קודש פרשת ראה כ"ט אב, ווען דער שבת קודש, שבת הילולא קדישא, איז געפראוועט געווארן אינאיינעם דורך אלע אחים האדמורי"ם לבית ראחמסטריווקא אויף גאר א אחדות'דיגער פארנעם בשבת אחים גם יחד בבית מדרשו של רבי בית המדרש הגדול ראחמסטריווקא ב"פ בהשתתפות אלפי החסידים פון אומעטום.
בחצר הקודש סקולען איז פארגעקומען די שבת חנוכת הבית פון ביהמ"ד החדש סקולען וויליאמסבורג, בהשתתפות אלע אחים האדמורי"ם לבית סקולען ווי מען האט אינאיינעם געפראוועט די געהויבענע שבת קודש בשבת אחים גם יחד. אזוי אויך די אחים האדמורי"ם בני בעל ישועות יעקב מסקולען זצ"ל.
באזונדער איז היי יאר פארגעקומען די שבת עלי' לתורה בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג, ווי די ברודער כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א און כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואוד שליט"א זענען ספעציעל געקומען מיטהאלטן די שבת של שמחה בבית אחיהם כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.
***
ובכן צדיקים יראו וישמחו וישרים יעלוזו וחסידים ברנה יגילו
גרויסע און היסטארישע רעבישע שמחות זענען געפראוועט געווארן דורכאויס די יאר, חתונות וואס האבן געצויגן מאסן משתתפים, אדער אנדערע שמחות וואס האבן געטראגן א ספעציעלן באדייט אין די חצרות הקודש זעהענדיג ווי די גאלדענע קייט ציהט זיך ווייטער לשם ולתפארת.
גרויסע חתונות זענען געפראוועט געווארן דאס יאהר:
די היסטארישע חתונה בחצר הקודש פשעווארסק ווען כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א האט אונטערגעפירט נכדתו כביתו די כלה היתומה אונטער די חופה, טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מארבע פינות העולם האבן באלאגערט די גיגאנטישע קאמפלעקס פון "אנטווערפן עקספאו" ביים היסטארישן חתונה, לענגערע שעה'ן של עוז וחדווה, נאכגעפאלגט מיט א קייט פון שבעת ימי המשתה, און די שבת של שמחה, ווען חשובע אורחים נכבדים האבן באשיינט די ימי השמחה, צווישן זיי כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א.
א חתונה אין בעלזא איז שוין נישט קיין חידוש היינטיגע צייטן, אבער יעדער חתונה באזונדער טראגט א אייגנארטיגן באדייט, ווען אלופי אלפי חסידים מכל קצוות הארץ שפירן אין די שמחה ווי א פרעזענדליכע געשעניש און פרייען זיך מיט בשמחת רבם ומאורם, בפרט די היי יעריגע שמחה וואס איז פארגעקומען אין שאטן פון די מלחמה מיט איראן, ווען טראץ די אלע שטערונגען איז די שמחה געפראוועט געווארן אויף גאר א דערהויבענע און פרייליכע פארנעם.
אויך אין חצר הקודש גור זענען ווי יעדעס יאהר ב"ה פארגעקומען מערערע שמחות אינעם רבינ'ס הויף, אבער איין חתונה איז געווען גאר ספעציעל ווען דעם רבינ'ס בן זקונים הרה"צ רבי דוד אלתר האט חתונה געמאכט די עלטסטע קינד, א ריזן ציבור מער ווי געווענדליך האבן אנטייל גענומען ביים גרויסן חתונה, און א ספעציעלע התרגשות של שמחה האט זיך דערקענט אויפן רבי'ן שליט"א.
בחצר הקודש סאטמאר איז פארגעקומען א גרויסע ערשטמאליגע חתונה אין עיר ואם בישראל בארא פארק פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
גאר א גרויסע חתונה איז געפראוועט געווארן חודש שבט אין קרית צאנז נתניה ווען עס האבן זיך משדך געווען א אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, מיט די חתן א זון פון די משפיע מפורסם הגה"צ רבי אלימלך בידרמאן שליט"א, די חתונה האט צונויפגעברענגט טויזנטער משתתפים וואס האבן איבערגעפילט דעם גרויסן זאל היכל ראזענבערג ביי לענגערע פריילעכע שעה'ן ביי די גרויסע שמחה בבית צדיקים.
צוויי גרויסע רעבישע חתונות זענען געפראוועט געווארן אין די חצרות הקודש פון סקווירא און וויזניץ מאנסי ווען די צוויי אדמורי"ם מנהיגי עדת ישורון האבן חתונה געמאכט בשותפותדיגע'ר אייניקלעך, איין חתונה איז געפראוועט געווארן דורך די וויזניצער הויף אין די גיגאנטישע אר סי סי קאמפלעקס אין מאנסי, און די צווייטע חתונה איז פארגעקומען אין שיכון סקווירא ווי עס האט זיך ספעציעל אנגעזעהן די השתתפות פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א.
די גרויסע חתונה בשמחת בית וויזניץ פרימישלאן אין די גיגאנטישע די סי טי זאל אין מעלה אדומים ווען כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אונטערגעפירט נכדו חביבו אונטער די חופה, און ביידע זיידעס האדמורי"ם שליט"א האבן מפאר געווען על ראש שמחתם בראש קהל עדת צאן מרעיתם.
בחצר הקודש דושינסקיא איז פארגעקומען א חתונה אינעם רבינ'ס הויף צום ערשטן מאל אין עיר הבירה לאנדאן.
א נייע אולם החתונות איז אהערגעשטעלט געווארן נעבן בית שמש ווען אין איין וואך אין חודש שבט זענען פארגעקומען צוויי גרויסע רעבישע חתונות, די חתונה בחצר הקודש קארלין סטאלין, און די חתונה בחצרות הקודש תולדות אהרן – קרעטשניף און קאסוב וויזניץ.
בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק זענען צווישן די פילע שמחות ביים רבי'ן אין הויף האט ארויסגעשיינט די חתונה פון די בן זקונים ביים רבינ'ס עלטסטע זון הגה"צ ראש ישיבת תולדות אברהם יצחק וואס איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם, באזונדער איז פארגעקומען א חתונה בבית תולדות אברהם יצחק און דאראג אין שטאט בני ברק מיט די השתתפות פון מאסן חסידים.
אין קהילת פני מנחם האט מען זיך מיטגעפרייט ביי די חתונה פון די עלטסטע אייניקל ביים ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וואס איז פארגעקומען מיט א איינגארטיגע פשטות עפ"י הוראתו פונעם ראש ישיבה.
אין עטליכע רעבישע הויפן האט מען זיך מיטגעפרייט ביי א דאפלטע שמחה אינעם הויף:
בחצר הקודש בוהוש איז באחרית השנה פארגעקומען די שמחת החתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, אויך אייניקלעך ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א ואחיו הגה"צ אב"ד מאקאווא ב"ב זצ"ל.
בחצרות בית שומרי אמונים האט מען זיך מיטגעפרייט ביי די היסטארישע חתונה פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון בני ברק, מיט די כלה בת זקונים פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א פון ירושלים.
אויך בחצר הקודש טשארנאביל אין אשדוד איז פארגעקומען די חתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביים רבי'ן.
אין איין נאכט זענען געפראוועט געווארן פיר חתונות פון אייניקלעך ביי פינעף ברודער קינדער פון כ"ק אדמו"ר בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, און א געמיינזאמע שבע ברכות איז פארגעקומען בנעילת ימי השמחה.
בחצר הקודש באבוב איז פארגעקומען די חתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביי הרה"ק בעל דברי שלמה מבאבוב זצ"ל, די חתן א אייניקל פון ראש ישיבת באבוב מיט די כלה אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.
א שיינע שמחה איז פארגעקומען חודש כסליו ביי די חתונה פון חתן כלה אייניקלעך ביי האחים האדמורי"ם מקרעטשניף און פרימישלאן.
בחצר הקודש אמשינוב איז פארגעקומען די שידוך שליסן פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, מיט די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מאמשינאוו בית שמש שליט"א.
בחצר הקודש לעלוב איז פארגעקומען די חתונה פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב שליט"א, מיט א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב בית שמש, אויך האט זיך די רבי משדך געווען דאס יאהר מיט א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מלעלוב ירושלים שליט"א.
אין פילע חצרות הקודש האט מען מיטגעלעבט א גרויסע שמחה ווען די רבי זעלבסט האט אונטערגעפירט א קינד אונטער די חופה, בפרט ווען עס האט זיך גערעט פון די יונגסטע קינד.
בחצר הקודש ביאלא האט מען זיך מיטגעפרייט ביים גרויסן חתונה פון די כלה א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא שליט"א זייענדיג די ערשטע שמחה נאכן איבערנעמען די הנהגה.
בחצר הקודש וויזניץ מאנטריאל איז פארגעקומען די חתונה פון די כלה א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל מיט א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא, מיט די השתתפות פון האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ, אויך אין חצר הקודש וויזניץ בארא פארק איז פארגעקומען די חתונה פון א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק שליט"א.
א שיינע שידוך איז געשלאסן געווארן דאס יאהר פון קינדער ביי כ"ק האדמורי"ם מזוועהיל און טרעבישאן שליט"א.
בחצר הקודש פיטסבורג שליט"א איז פארגעקומען די חתונה פון א זון ביים רבי'ן שליט"א.
די חתונה פון בן זקוניו פון כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א איז פארגעקומען מבעוד היום גדול אין שאטן פון די מלחמה מיט איראן.
די חתונה פון בן זקוניו פון כ"ק אדמו"ר מביאלא ב"ב שליט"א איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם אין שטאט בני ברק במקהלות הונדערטער חסידים.
די חתונה פון בן זקוניו פון כ"ק אדמו"ר מסקאליע שליט"א.
די חתונה פון בת זקוניו פון כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים אשדוד שליט"א.
די חתונה פון די חתן א זון פון כ"ק אדמו"ר מתולדות משה שליט"א איז פארגעקומען אויף א גרויסע פארנעם אין שטאט בני ברק.
די חתונה פון די בן זקונים ביי כ"ק גאב"ד קרית צאנז ירושלים שליט"א.
די חתונה פון א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מצאנז זוועהיל שליט"א מיט די חתן הויז באחער ביים רבי'ן שליט"א ממצויני הישיבה.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון ירושלים.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מווערדאן שליט"א פון בארא פארק.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא אמסנא שליט"א פארגעקומען אין אמעריקא אין שאטן פון די מלחמה אין ארץ ישראל.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מזוטשקא ירושלים שליט"א איז פארגעקומען אין עיר הבירה לאנדאן.
די חתונות פון צוויי קינדער ביי כ"ק אדמו"ר מביאלא בית שמש שליט"א.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא אלעד שליט"א.
די חתונה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מספינקא רמת אהרן שליט"א.
די חתונה פון א קינד ביי הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א.
די חתונה פון א טאכטער ביי כ"ק אדמו"ר מסטריקוב שליט"א פון ירושלים.
עטליכע אדמורי"ם האבן דאס יאהר מיטגעלעבט דעם 'איש דורות ראו עיניו' דערגרייכנדיג נאך א דור אינעם שלשלת הזהב בלי עין הרע: ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי אן אור אור אייניקל ווען די מאורעות השמחה שלום זכר, ברית מילה און פדיון הבן זענען געפראוועט געווארן בצל הקודש ברוב שמחה וצהלה, פון די אנדערע זייט האט מען זיך דאס יאהר מיטגעפרייט אין די סקווירא הויף מיט גאר א היסטארישע שמחה ווען עס איז געבוירן געווארן א רעכטע אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביים רבינ'ס זון הרה"צ רבי יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, ווען די קייט מאורעות פון די ימי השמחה זענען געפראוועט געווארן מיט גרויס עקסטאז בימי המועד יו"ט סוכות.
ביי כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א איז געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי למזל טוב, ערשטע איר אייניקל ביי חתנו הגדול הגה"צ רבי יעקב אלעזר ראטענבערג אדמו"ר מקאסאני בני ברק.
אויך ביי כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א איז געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי למזל טוב, ביי כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א איז געבוירן געווארן די ערשטע איר איר אייניקל דור חמישי, ערשטע דור רביעי ביי חדב"נ כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א פון פתח תקווה, אזוי אויך ביי הגה"צ אב"ד זאלישא, און הרה"צ רבי יצחק אלעזר מאסקאוויטש אדמו"ר משאץ זענען געבוירן געווארן די ערשטע דור חמישי.
בחצר הקודש סאטמאר האט מען זיך מיטגעפרייט ביי די שמחת קשרי החיתון פון די צוויי ערשטע איר אייניקלעך ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, ערשטע אייניקלעך ביי בנו הגדול הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, די מסיבות האירוסין זענען געפראוועט געווארן אויף א גרויסע פארנעם דורך אלפי חסידים וואס האבן מיטגעלעבט דעם 'ודור רביעי ישובו הנה'.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט דאס יאהר מיטגעלעבט די שידוך שליסן פונעם ערשטן איר אייניקל למזל טוב, עלטסטע אייניקל ביי בנו הגדול הרה"צ רבי יעקב יוסף האגער, זייענדיג א זעלטענע פאל פון א שידוך פון א איר אייניקל אין אזא יונגן עלטער.
אויך חסידי מאחנובקא בעלזא האבן זיך מיטגעפרייט ביים ענדע פונעם יאהר מיט די שידוך שליסן פון די עלטסטע איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, מיט א אייניקל פון גיסו כ"ק אדמו"ר מיערוסלאב שליט"א.
אזוי אויך זענען געשלאסן געווארן שידוכים פון די עלטסטע איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א, פון די עלטסטע איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מקאמרנא שליט"א, אזוי אויך פון עלטסטע אייניקלעך א דור שלישי ביי כ"ק האדמורי"ם מלויצק, זוועהיל פון אמעריקא, מאשלוי, כוונת הלב.
בחצר הקודש פאפא איז מוצאי שבת ויחי געפראוועט געווארן מיט עקסטאז די שמחת הבר מצווה פון די עלטסטע איר אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א.
פון די אנדערע זייט האט מען אין עטליכע חצרות הקודש זיך מיטגעפרייט מיט ערשט די געבוירן ווערן פון די ערשטע דור רביעי, ביי כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז געבוירן געווארן די ערשטע איר אייניקל, עלטסטע אייניקל ביי חתנו כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא, אזוי אויך איז געבוירן געווארן די ערשטע איר אייניקל ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא מאנסי, קראלי און שענדישוב.
***
אלה מסעי בני ישראל
גרויסע און היסטארישע נסיעות זענען אונטערגענומען געווארן דורך גדולי האדמורי"ם איבער די וועלט, וועלכע האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג צו באזוכן עדת צאן מרעיתם מעבר לים, פוקד זיין די מקומות הקדושים און אויפצוטרייבן שטיצע פאר די מוסדות הקדושים און פארשידענע וויכטיגע צוועקן, עס רעכנט אריין גרויסע און היסטארישע שבתים במחיצת קדשם.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט אונטערגענומען א היסטארישע ביקור הוד קיין ניו יארק לטובת קרן הצלת עולם התורה דגור, דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו באזוכן ביי די חסידים, און באשיינען די מעמד חנוכת הבית פונעם בנין תלמוד תורה אמרי אמת גור אין בארא פארק, אויך האט די רבי דאס יאהר זיך ארויסגעלאזט קיין קאפריסין צום וועידה פון איחוד מוסדות גור.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפשעשטאט א היסטארישע באזוך אין ארגענטינא אינטערוועגנס צום בית השחיטה אין אורגעוויי, אזוי אויך האט די רבי געפראוועט א ספעציעלן שבת התאחדות מיט קהל חסידיו תושבי מאנסי ביומא דהילולא פונעם הייליגן ייטב לב.
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט אפגעשטאט א היסטארישע באזוך אין שטאט אנטווערפן, מיט א רייע מעמדי קודש אינערהאלב די ארטיגע סאטמארע קהילה.
מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויף א היסטארישע מסע הקודש צום עיר האבות וויזניצא אין אוקראיינע אינאיינעם מיט די נגידי ותומכי המוסדות ביומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן צמח צדיק מוויזניץ זי"ע.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א האט צום ערשטן מאל באזוכט אין אנטווערפן, און באשיינט א רייע מעמדי הוד בקרב הקהילה, און די היסטארישע מעמד הנשיאים דינער השנתי לטובת כולל חיבת ירושלים, בהשתתפות כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויף א היסטארישע מסע הקודש בראש קהל חסידיו צום עיר האבות צאנז בעצם יומא דהילולא קדישא כ"ה ניסן.
כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א האט געפראוועט גאר א געהויבענעם שבת 'והביאנו' אין נוף הגליל אין ארץ ישראל מיט עדת צאן מרעיתו פון אמעריקא, אויך האט די רבי ספעציעל ארויסגעשיקט בנו הגדול הרה"צ רבי יוסף ברייאר אויף א געהויבענע נסיעה קיין אוקראיינע זאת חנוכה מיט נגידים ותומכים.
כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט צום ערשטן מאל געפראוועט א שבת אין דעטרויט לרגל די הילולא קדישא חודש אייר, אויך האט די רבי געפראוועט א גרויסע שבת בקרב חסידיו אין בארא פארק.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א האט אפגעראכטן א געהויבענע באזוך און א שבת אין עיר הבירה לאנדאן, א געהויבענע שבת אין טאראנטא קאנאדע, און
כ"ק אדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א האט געפראוועט היסטארישע ימי וועידה מיט די נגידי ותומכי המוסדות אינעם נאסטאלגישן קור-שטאט מארינבאד.
כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א האט געפראוועט א ערשטמאליגע שבת אין עיר האבות סלאנים אין באלערוס אין די ימי ההילולא פון צדיקי בית סלאנים, אויך האט די רבי אפגעראכטן א געהויבענע באזוך בקרב חסידיו אין ניו יארק.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ קייאמישא שליט"א האט אפגעראכטן א מסע התעוררות קיין פולין מיט די תלמידי הישיבה, און א געהויבענע שבת אין שטאט דינוב.
א היסטארישע נסיעה 'הימלדיגע טעג' איז געפראוועט געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א צו די מקומות הקדושים אין אייראפע אינאיינעם מיט די נדיבי עם תומכים ובוני בנין ביהמ"ד הגדול.
כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט אפגעשטאט א היסטארישע באזוך אין קליוולאנד אויפצוטרעטן אלס נואם הכבוד ביים יובל החמישים אין די גרויסע טעלזער ישיבה אין שיקאגא.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט געפראוועט גאר געהויבענע ימי ביקור בקרב חסידיו אין לעיקוואד, און א באזונדערע לענגערע ביקור הוד אין עיר הבירה לאנדאן, אזוי אויך איז די רבי ספעציעל געפארן קיין אמעריקא פראווען א שבת 'ושכנתי בתוכם' מיט די צעירי האברכים.
כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א לענגערע באזוך אין אמעריקא לטובת השלמת בנין ביהמ"ד הגדול אין בני ברק, און לרגל די חנוכת הבית פון בית מדרשו אין וויליאמסבורג.
כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א בליץ באזוך קיין ניו יארק צום עלעגעאנטע וועידת 'יחידי סגולה' לטובת די מוסדות הקדושים.
די ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר האט אונטערגענומען א געהויבענע מסע חיזוק ברחבי ארצות הברית, און האט געפראוועט א גרויסע שבת אין לעיקוואד.
הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח מבעלזא האט געפראוועט גאר געהויבענע נסיעות, די מסע המרומם 'הרחבת המלכות' און די געהויבענע שבת אין אמעריקא, די וועידת המלכות אין קרעסטיר, און די געהויבענע נסיעה קיין ליזענסק מיט נגידי בעלזא.
די עולם התורה אין אמעריקא און אייראפע האבן מיטגעלעבט די ביקורי הוד פון די גדולי וזקני ראשי הישיבות וואס זענען געקומען אויפצוטרייבן שטיצע לטובת 'קרן עולם התורה' בארה"ק.
כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א האט צום ערשטן מאל אפגעראכטן א נסיעה מיט נדיבי עם, ביי א שבת מרומם אין קרעסטיר מיט די תומכים ובונים פונעם בנין התלמוד תורה.
כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א איז געפארן אויף א געהויבענעם מסע הקודש מיט עדת צאן מרעיתו צום עיר האבות טאהש אין אונגארין צום הילולא קדישא פון השרף מטאהש זי"ע, אויך האט די רבי געפראוועט א געהויבענע שבת מיט די נגידים ותומכי המוסדות אין ניו יארק.
כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א האט אפגעראכטן א ערשטמאליגע נסיעה 'בני היכלא' מיט נגידים ותומכים, מיט א געהויבענע שבת אין לובלין, נאכגעפאלגט מיט א ביקור קודש אין ניו יארק.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א האט געפראוועט א געהויבענע שבת אין עיה"ק ירושלים בקרתא דשופריא.
כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א האט געפראוועט א שבת מרומם במקום מגורי אביו אין מאנטריאל קאנאדע.
כ"ק אדמו"ר מאלכסנדר שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א געהויבענע נסיעה קיין אמעריקא לרגל די חנוכת הבית פונעם נייעם אלכסנדר שטיבל אין בארא פארק, און האט געפראוועט א גרויסע שבת התאחדות מיט כלל חסידיו.
כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בארא פארק האט אונטערגענומען א געהויבענע מסע הקודש 'אהבת קדומים' קיין אייראפע לקראת די חתונה במעונו.
כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א געהויבענע נסיעה 'שערי ישועות' קיין קרעסטיר מיט די נגידי ותומכי המוסדות.
כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א האט געפראוועט צוויי געהויבענע נסיעות מיט נדיבים ותומכים קיין פולין און אונגארין.
כ"ק אדמו"ר מנדבורנא ירושלים שליט"א האט געפראוועט א מסע המרומם צום עיר האבות בישטינא אין אוקראיינע אין די ימי הסליחות אינאיינעם מיט עדת צאן מרעיתו לביסוס חצר קדשו בעיה"ק ירושלים.
כ"ק אדמו"ר מלויצק שליט"א איז ארויסגעפארן אויף א רירנדע פריוואטע שבת מיט די 'סעדה' פאמיליע אין דיעל ניו דזער'זי נאכן שווערן טראגעדיע אין די משפחה.
כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א האט געפראוועט א געהויבענע נסיעה און שבת עילאה אין קרעסטיר מיט די תומכי המוסדות.
כ"ק אדמו"ר מדזיקוב וויזניץ שליט"א האט אונטערגענומען צוויי מסעות קודש קיין פולין און אוקראיינע געווידמעט פאר די בוני הבית פון נייעם ביהמ"ד הגדול אין בית שמש.
כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א האט אונטערגענומען די 'מסע התומכים' קיין אייראפע און געפראוועט א געהויבענעם שבת אין 'שוהל הויף' אין סיגעט.
די לעצטע נסיעה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל אין די ניין טעג קיין בישטינא וועט בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אלע חסידים, זייענדיג גענוי א חודש פאר די הסתלקות.
***
ויהי בישורון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל.
פון די געשעענישן פון יאר איז געוויס געווען די פילע כינוסי קודש, כינוס לצדיקים נאה להם ונאה לעולם, כינוסים און אסיפות וואס האט צוזאמגעברענגט טויזענטער אידן לשמוע את דבר ה', גרויסארטיגע מעמדים מיט די באטייליגונג פון צענדליגע טויזענטער, אנשים ונשים, זיך מחזק צו זיין אין עבודת השם, לגדור גדר ולעמוד בפרץ, און מחזק צו זיין דעם עול התורה, לימוד התורה, און לומדי תורה, אזוי אויך מעמדי חנוכת הבית, הנחת אבן הפינה, פאר א גרויסע צאל בנינים פאר מוסדות התורה, בתי מדרשים, און פרישע געגנטער צו וואוינען פאר אחינו בני ישראל.
שישו ושמחו בשמחת התורה
אין א מערקוועדיגע שריט האבן מערערע חצרות הקודש דאס יאהר געפראוועט גרויסע מעמדים פון הכנסת ספר תורה אויף 'דעם רבינ'ס ספר תורה', די ספר תורה וואס די רבי זעלבסט האט געלאזט שרייבן, אדער וואס די חסידים האבן געלאזט שרייבן לזכותו פונעם רבי'ן, און אזוי ווייטער.
בחצר הקודש בעלזא איז ערב חג השבועות זמן מתן תורתינו געפראוועט געווארן מיט עקסטאז די מעמד הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי בעלזא בארץ ובגולה לזכותו פונעם רעיא מהימנא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
בחצר הקודש סקווירא האט מען געפייערט די לאנגערוואטערטע מאמענט די הכנסת ספר תורה אויף די היסטארישע 'קדשינו' ספר תורה וואס כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א אינאיינעם מיט כל קהל חסידיו האבן געשריבן מיט קבלות טובות בעניני טעכאנאלאגיע, א רייע מעמדי קודש זענען געפראוועט געווארן במקהלות אלופי אלפי החסידים מכל קצוות תבל, און די היסטארישע ספר תורה פונעם בעש"ט הק' איז געשיקט געווארן צום מעמד דורך כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א.
בחצר הקודש אמשינוב איז געפראוועט געווארן די היסטארישע מאורע ווען כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א האט אריינגעגעבן א ספר תורה לביתו נאווה קודש, ביי א באשיידענע מעמד מיט די בני המשפחה.
בחצר הקודש סלאנים האט מען למחרת פורים המשולש געפייערט די הכנסת ספר תורה וואס קהל עדת מי מנה האבן אריינגעגעבן לזכותו ולכבודו פון כ"ק אדמו"ר מסלאנים שליט"א.
בחצר הקודש סאדיגורא איז געפראוועט געווארן די היסטארישע הכנסת ספר תורה פונעם רבינ'ס ספר תורה וואס די חסידים האבן געלאזט שרייבן לזכר נשמתו פונעם רבי'ן זצ"ל די עטרת ישראל, ביים מעמד נשגב בצילו פון כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.
בחצר הקודש לעלוב איז געפראוועט געווארן די גרויסע מעמד הכנסת ספר תורה וואס די רבי שליט"א האט געשריבן לעילוי נשמתה פון אמה של מלכות ע"ה, ביי א רייע מעמדי קודש אין אתרא קדישא מירון און אין בית שמש.
בחצר הקודש וויען האט מען געפייערט די ימי אורה 'חגיגת התורה' ביים שבת 'הקהילה' און הכנסת ספר תורה וואס אלע תלמידים וחסידים האבן אינאיינעם אריינגעגעבן לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א.
בחצר הקודש בוהוש איז אינעם גרויסן טאג ג' חשון געפראוועט געווארן די הכנסת ספר תורה וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך כל קהלא קדישא לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.
בחצר הקודש נדבורנא צפת איז ראש חודש אלול געפראוועט געווארן די הכנסת ספר תורה דורך די חסידים און אוהדים לזכותו פון כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א.
בחצר הקודש דעעש איז געפראוועט געווארן אין די טעג נאך חנוכה די הכנסת ספר תורה וואס כ"ק אדמו"ר מדעעש שליט"א האט געלאזט שרייבן לזכר נשמת אמו הרבנית ע"ה.
בחצר הקודש שומרי אמונים אין בני ברק איז אריינגעגעבן געווארן דעם רבינ'ס פריוואטע קליינעם ספר תורה וואס איז געשאנקען געווארן דורך איינער פון די נגידי החסידות.
בחצר הקודש ביטשקוב איז פארגעקומען א רירנדע הכנסת ספר תורה וואס כ"ק אדמו"ר מביטשקוב שליט"א האט געשריבן לעילוי נשמתה פון בתו הבתולה ע"ה, אינאיינעם מיט די מעמד קשר של אהבה אוועקצושטעלן די ביטשקובער הויף אין בני ברק.
בחצר הקודש ווערדאן אין בארא פארק האט מען געפראוועט די הכנסת ספר תורה לזכר נשמת כ"ק אדמו"ר הרה"ק מווערדאן זצ"ל ביומא דהילולא קדישא.
אין ק"ק סאטמאר מאנסי איז פורים המשולש געפראוועט געווארן די חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן געווארן דורך כלל תלמידי וחסידי סאטמאר אין מאנסי, בראשות כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
באזונדער זענען געפראוועט געווארן גרויסע כינוסים אין פילע חצרות הקודש, יעדער צוליב זיין סיבה, וואס איז געווען די זמן קהילה לכל וואס האט צוזאמגעברענגט כל קהלא קדישא לחסות בצל הקודש, און האט געטראגן א היסטארישע באדייט בקורות החסידות, אי אפשר לפורטם כי רבים הם, מיר וועלן פראבירן אראפברענגען די גרויסע מעמדים אין די גרעסערע חצרות הקודש:
בחצר הקודש סאטמאר איז געפראוועט געווארן די היסטארישע סיום הש"ס געלערנט דורך אלפי חסידי סאטמאר אין ראם פון 'תורתך שעשועי', אזוי אויך די היסטארישע מעמד פדיון פטר חמור דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א חול המועד פסח.
בחצר הקודש סאטמאר איז אינעם יום ההצלה כ"א כסליו געפראוועט געווארן א ריזן כינוס חסידי סאטמאר לרגל יובל השמונים במקהלות רבבות חסידים.
בחצר הקודש בעלזא איז פארגעקומען די היסטארישע מעמד 'עשר עטרות' אפצוצייכענען 45 יאהר פון התייסדות קהל 'מחזיקי הדת', במקהלות טויזנטער חסידים ומלכם בראשם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א.
בחצר הקודש סקווירא איז פארגעקומען די היסטארישע מעמד 'ירושת אבותי' לטובת ביהמ"ד הגדול והחדש סקווירא, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט געצייגט די חפצי קודש מגנזי אוצרותיו.
בחצר הקודש באבוב 45 איז פארגעקומען א היסטארישע כינוס חיזוק בעניני צניעות פארופן דורך כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א.
בחצרות הקודש וויזניץ איז געפראוועט געווארן די גרויסע מעמד סיום מסכת ברכות והתחלת סדר מועד במסגרת 'מאמר מרדכי' דורך טויזנטער וויזניצער חסידים בראשות האחים האדמורי"ם לבית וויזניץ.
בחצר הקודש פאפא איז פארגעקומען די חגיגת יובל העשור און יום שכולו תורה דורך מפעל והגית דחסידי פאפא.
בחצר הקודש סלאנים איז געפראוועט געווארן די ערשטמאליגע גרויסע מעמד סיום רבתי סיום סדר מועד דורך עדת חסידי סלאנים אין די 'די סיטי' זאלן.
בחצר הקודש ערלוי האט מען געפייערט די היסטארישע מעמד 'תורתו אמת' לרגל די הוצאה לאור פון ספרי הקודש 'אמרי סופר' און די יומא דהילולא קדישא פונעם רבי'ן זצ"ל.
***
ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ
דורכאויס די פארלאפענע יאר תשפ"ה, איז גאר שטארק אנגעמערקט געווארן די מאסיווע הרחבת גבולי הקדושה איבער די גאנצע וועלט, מערערע בוי פראיעקטן ביי פילע חצרות הקודש, אזוי אויך זענען אפגעהאלטן געווארן ריזיגע מעמדי חנוכת הבית, הנחת אבן הפינה, פאר א גרויסע צאל בנינים פאר מוסדות התורה, בתי מדרשים, און פרישע געגנטער צו וואוינען פאר אחינו בני ישראל.
די בליה און וואוקס פונעם חרדישן ציבור האט זיך אנגעזעהן גאר שטארק, אין יעדע שטאט אין יעדע לאנד האט מען געזעהן די פארשפרייטונג פון כלל ישראל, אין א בחינה פון "ובני ישראל פרו וישרצו וירבו ויעצמו במאוד וכו' ותמלא הארץ אותם.
די הויכפונקט פון די הרחבת גבולי הקדושה איז אין פילע רעבישע הויפן ווי מען האט באנייעט די גרויסע און צענטראלע בתי מדרשים, און צוגאב צו א רייע בוי פראיעקטן וואס האבן זיך היבש גערוקט פאראויס צו גרייכן דעם באנייאונג, און נאך א רייע פראיעקטן וואס מען האט אצינד אנגעהויבן די ערשטע פלענער.
בראש וראשון איז געווען בחצר הקודש סקווירא וואס מען האט באחרית השנה אריינגעטרויטן אינעם נייעם גרויסן ביהמ"ד הגדול והחדש אין שיכון סקווירא נאך לאנגע יאהרן פון ארויסקוקן און ווארטן, זינט דאן איז שוין דורך א פילע יאהר פון שמחות און מעמדי קודש וואס זענען אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר מיט הרחבת הדעת אינעם נייעם ביהמ"ד.
אזוי אויך איז געווען בחצר הקודש באבוב 45, ווען מען האט באחרית השנה אריינגעטרויטן אינעם נייע בנין מרכז העולמי דחסידי באבוב 45, א מאמענט וואס טויזענטער אידן האבן געווארט דערויף לאנגע יארן, און ארויסגעקוקט צו זעהן די אנקום אל המנוחה ואל הנחלה ווי שנעלער, עס איז געקומען נאך א רייע מעמדי קודש לטובת השלמת בנין הבית מדרש הגדול.
בחצר הקודש סאטמאר איז אין א בליץ שנעלקייט איבערגעבויט געווארן היכל בית מדרש הגדול אויף ראדני סטריט מיטן פולסטן פראכט און איז שוין באנייט געווארן לקראת דעם נייעם יאהר תשפ"ו.
אויך בחצר הקודש פשעווארסק איז אין א בליץ שנעלקייט איבערגעבויט געווארן בית מדרשו של רבי אין אנטווערפן אויף א פראכטפולע פארנעם בכלילת היופי וההידור.
בחצר הקודש וויזניץ קאיימישא איז געפראוועט געווארן די הנחת אבן הפינה פארן נייעם מאסיוון בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ קאיימישע לעייק.
בחצר הקודש סלונים איז געמאלדן געווארן די ערשטע פלענער איבער א מאסיווע בוי אונטערענעמונג דראסטיש צו פארדאפלטן בנין ביהמ"ד הגדול סלונים אין ירושלים.
בחצר הקודש וויזניץ איז די פראיעקט פון אופבויען די מרכז העולמי ישועות משה אין בני ברק פאראויס געגאנגען א שטאפל, ווען עס איז פארגעקומען די מעמד היציקה פאר די מאסיווע אונטערהאלטונג פונדאמענט אינעם יסוד הבנין.
בחצר הקודש טשערנאביל איז אנהייב זומער געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיווע פראיעקט 'התנערי' איבערצובויען בית מדרשו של רבי אין בני ברק, און באנייען דעם היכל הבית מדרש ברוב פאר והדר, ווען ב"ה האט מען געהאט די זכיה צו באנייען דעם נייעם היכל צום נייעם יאהר תשפ"ו.
בחצר הקודש אלכסנדר איז געלאזט געווארן אין גאנג א מאסיוון פראיעקט איבערצובויען די נאסטאלגישן ביהמ"ד אין בני ברק אלס א ריזן בנין מרכז העולמי דחסידי אלכסנדר.
בחצר הקודש דזיקוב וויזניץ איז פארגעקומען די געהויבענע מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע בנין ביהמ"ד הגדול מרכז עולמי דחסידי דזיקוב וויזניץ אין בית שמש.
אין ק"ק פני מנחם האט מען אין א מזלדיגע שעה גענצליך אפגעקויפט די בנין ביהמ"ד הגדול דקהל פני מנחם אין ירושלים, אויך איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד אין רמה ד' בית שמש.
בחצר הקודש סקולען וויליאמסבורג איז פארגעקומען די חנוכת הבית פונעם נייעם בית מדרש מפואר אויף סענפארד.
בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אוקענוויין איז דאס יאהר געפראוועט געווארן די חנוכת הבית פון ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אוקענוויין אין לעיקוואד.
בחצר הקודש ווערדאן אין בארא פארק איז מיט פרייד געשלאסן געווארן מקח אויף בנין אדיר פאר נייע ביהמ"ד הגדול אין הארץ פון שטאט.
בחצר הקודש סאדיגורא לאנדאן ווערט אויפגעבויט די מאיעסטיטשע ביהמ"ד הגדול והחדש בעיר הבירה.
באחרית השנה איז געשלאסן געווארן מקח אויף א שטח רחבת ידיין פארן נייעם ביהמ"ד הגדול סטיטשין אין בארא פארק.
באזונדער זענען אין פארשידענע חצרות הקודש נתייסד געווארן פרישע ישובים, קהילות און געגענטער פאר די קהילות הקודש און מוסדות הקדושים, אין א בחינה פון 'ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה'.
בראש ובראשון איז געפראוועט געווארן די היסטארישע שבת 'בצל כנפיך' חנוכת קרית סקווירא אין בעטעהל, ווען כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מחנך געווען א נייעם שטעטל אין די געגענט פון סוואן לעיק אלס א נייע מקום ישוב פאר חסידי סקווירא אלס אן המשכה פון די סקווירא שטעטל מיסודו פון אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע.
א באזונדערע היסטארישע פראיעקט איז געלאזט געווארן אין סקווירא ווען עס איז געשלאסן געווארן א היסטארישע מקח אויף א גיגאנטישן שטח אין ניו ווינדזאר, וואס וועט דינען אלס קרית הישיבות, פאר די בניני הישיבות גדולות דחסידי סקווירא, א גרויסע מעמד והראנו בבנינים איז פארגעקומען אויפצוטרייבן סכומים אדירים לטובת די נייע קריה.
אין חצר הקודש סאטמאר איז אונטערגענומען געווארן א מאסיווע פראיעקט אוועקצושטעלן א נייעם הערליכן ישוב פאר חסידי סאטמאר אין מאנטיסעלא, צו לינדערן דעם שווערן דירות קריזיס.
בחצר הקודש באבוב איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם פארנעם די פרייליכע הנחת אבן הפינה פאר א גיגאנטישן קרית הישיבות דחסידי באבוב אין סטעטן איילענד פאר די נייע בניני ישיבת כרם שלמה דבאבוב, אויך אין לינדען איז געשלאסן געווארן מקח אויף א מאסיוון קאמפלעקס פון דריי בנינים אדירים פאר די מוסדות אין לינדען.
בחצר הקודש פאפא איז געשלאסן געווארן מקח פאר א גיגאנטישן שטח אוועקצושטעלן די נייע קרית פאפא אין סוואן לעיק, אלס א נייע ישוב פאר חסידי פאפא.
בחצר הקודש דאראג איז געמאלדן געווארן מיט פרייד איבער די גרינדונג פון די ערשטע קהילה פון חסידי דאראג אויזער בני ברק, א נייע ישוב אין די שטאט עמנואל, צו לינדערן די שווערע קריזיס.
אויך בחצר הקודש אלכסנדר האט די רבי שליט"א געמאלדן איבער די התייסדות פון א נייע אלכסנדר קהילה אין שטאט עמנואל.
אין חצר הקודש סאטמאר איז אפגעקויפט געווארן די ריזיגע דעוולאפמענט דירות אין בלומינגראוו פון ק"ק תורת חיים וויזניץ וויליאמסבורג אלס א נייע געגענט פאר חסידי סאטמאר אין בלומינגראוו.
אזוי אויך זענען אין פילע חצרות הקודש פארגעקומען נאכאנאנדע הרחבת הגבולים ביי נייע צאנטראלע בנינים פאר בתי מדרשים און מוסדות ברחבי תבל.
בחצר הקודש גור איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פארן נייעם בנין תלמוד תורה אמרי אמת גור אין בארא פארק אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א.
בחצר הקודש סאטמאר איז פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם ריזן בנין הבית מדרש אין עיה"ק ירושלים, אויך איז אפגעקויפט געווארן נייע גיגאנטישער בנינים פאר די בתי מדרשים פון די קהילה אין בארא פארק.
בחצר הקודש סאטמאר איז ביים געהויבענם ביקור המרומם אין אנטווערפן פארגעקומען די מעמד הנחת אבן הפינה פארן בנין ביהמ"ד הגדול סאטמאר אין אנטווערפן, אויך איז פארגעקומען אין בארא פארק די גראנדיעזע חנוכת הבית פונעם מאיעסטעטישן בנין פריעדמאן בית רחל החדש דסאטמאר.
בחצר הקודש בעלזא איז באנייט געווארן די גיגאנטישער מחנה בני יחזקאל דחסידי בעלזא אין וואודרידזש.
בחצר הקודש צאנז איז געפראוועט געווארן די חנוכת הבית פונעם ביהמ"ד החדש והמפואר אין רמה ב' בית שמש.
בחצר הקודש קארלין סטאלין איז געפראוועט געווארן די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין ביהמ"ד החדש קארלין סטאלין אין בארא פארק, אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א, אויך איז געפראוועט געווארן די חנוכת הבית פון די נייע בנין הישיבה אין שטאט ביתר.
בחצר הקודש וויזניץ מאנסי איז געפראוועט געווארן די היסטארישן שבת שהחיינו במקהלות טויזנטער חסידי וויזניץ ווי מען האט מחנך געווען די נייע בניני הישיבות אין קרית הישיבות אין נייאק.
בחצר הקודש תולדות אברהם יצחק איז פארגעקומען די שבת חנוכת הבית פונעם נייעם ביהמ"ד הגדול תוא"י אין שטאט ביתר.
בחצר הקודש סלאנים איז פארגעקומען די הנחת אבן הפינה אין בית שמש פאר די ערשטע סלאנימע תלמוד תורה על טהרת הקודש.
בחצר הקודש צאנז קלויזענבורג איז אונטערגענומען געווארן א גיגאנטישער פראיעקט אויפצובויען א נייעם בנין פאר די ישיבה הקדושה אין שטאט בארא פארק.
בחצר הקודש וויזניץ איז געפראוועט געווארן די חנוכת הבית פונעם גיגאנטישער בנין תלמוד תורה אין לאנדאן, אין אלעד איז פארגעקומען די שבת חנוכת הבית פון נייעם ביהמ"ד ישועות משה דחסידי וויזניץ אין שטאט, און נאך מעמדי חנוכת הבית פונעם בנין התלמוד תורה און בנין בית חינוך לבנות.
בחצר הקוודש מאחנובקא בעלזא איז פארגעקומען די רייכע דינער בני ביתך לטובת די אויפבוי פונעם נייעם ביהמ"ד אין רמה ד' בית שמש.
בחצר הקודש ראחמיסטריווקא איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם קעמפ מחנה אוהל יצחק אין גרינפיעלד פארק.
אין ק"ק אמונת ישראל האט מען באנייט דעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין לעיקוואד, אויך איז געשלאסן געווארן מקח אויף א בנין רחבת ידיים אין הארץ פון ירושלים עיה"ק פאר די קהילה בקרתא דשופריא.
כלל ישראל קוקט ארויס אויף א פרישע נייע יאר, א גאלדענע יאר מלא וגדוש בברכת השם עושר וכבוד, מען זאל נאר הערן גוטע בשורות, און קענען מבשר זיין בשורות טובות, אין שפיץ פון די לאנג ערווארטעטע בשורה בביאת בן דוד גואלנו במהרה בימינו אמן.