מוצאי שב"ק פ' האזינו • י'ב תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
דעם ערב שבת ארום א שעה נאכן זמן כניסת השבת קודש האט כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א געמאכט הבדלה און אויסגעפאסט נאך גאנצע אכט און פערציג שעה פונעם תענית יום הכיפורים. שפעטער באשמורת הבוקר אום 5:00 פארטאגס איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש פון מוצאי יום טוב, אינעם היכל השולחנות אין ביהמ"ד אמשינוב אין די בית וגן געגענט.
ווי יאהר יערליך האט דער אמשינובער רבי אפגעראכטן א דערהויבענעם עבודה למעלה מהשגת אנוש דורכאויס די טעג ארום יום הכיפורים. אנגעהויבן ליל יום הקדוש געציילטע מינוטן פארן שקיעה ווען דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה המפסקת. שפעטער אום 1:30 אויפדערנאכט איז די רבי אריינגעקומען צו כל נדרי און מעריב וואס האט זיך פארצויגן לענגערע שעה'ן נאכאנאנד. צומארגנס איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד און מיטגעהאלטן דאס דאווענען ביז נאך נעילה, די רבי האט זיך דאן געשטעלט שמונה עשרה פון מוסף און איז געשטאנען אויף די פיס ביז די פריע פארטאגס שעהן און ממשיך געווען דער עבודת היום ביז כניסת השבת ווען די רבי האט אויסגעפאסט פונעם תענית.
אויף שבת זענען הונדערטער חסידים ווידער געקומען צופארן קיין בית וגן מיטצוהאלטן דעם טיש פון מוצאי יום כיפור, די רבי האט צום ערשט אנגעהויבן שלום עליכם און מקדש געווען על הכוס ברוב עם. דערנאך האט דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר יעדן באזונדער דערנאך האט געזאגט תורה זייענדיג משלב עניני דיומא יום הכיפורים צום וואכעדיגע סדרה פ' האזינו, דערנאך האט די רבי פארטיילט עפלעך פאר די חסידים.
שבת אינדערפרי ארום 9:00 נאכן פארענדיגן דער עבודת הקודש פון ברכת המזון איז די רבי ארויס אויף א הפסקה צו ליינען קריאת שמע פארן סוף זמן קריאת שמע, שפעטער ארום 11:30 איז די רבי ווידער ערשינען צום טיש און פארגעזינגען אין כאלוקינו כנהוג מיט גרויס התלהבות.
דערנאך האט מען אנגעהויבן א ניגון שמחה און דער רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבין אינאיינעם מיטן ציבור וואס האט אנגעהאלטן איבער א האלבע שעה, שפעטער נאך א קורצע הפסקה איז דער רבי אריינגעקומען צו קריאת התורה, דערנאך זענען די הונדערטער חסידים דורך אל מול פני הקודש, עס איז שוין געווען נאך דריי אזייגער נאכמיטאג ווען די רבי איז אהיים לביתו נאווה קודש און קידוש געמאכט.