זונטאג פ' האזינו • ו' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש
מיט א פלאם פייער למען תורתינו הקדושה לא נחשה טוען זיך רבבות בני תורה פונעם יהדות הגולה מאביליזירן ארויסצוקומען מארגן מאנטאג, לרחובה של עיר התורה לעיקוואד, און אויסשרייען דעם "זעקת הגולה" קעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפ'ן עולם התורה אין ארץ ישראל.
אין די לעצטע תקופה איז אפגעהאלטן געווארן מערערע אסיפות צווישן די עיני העדה און ראשי העסקנים, סיי פון די חסיד'ישע קרייזן און סיי פון די ליטווישע קרייזן, אריינקוקנדיג אין פארשידענע אפציעס אפצוהאלטן א פאראייניגטע עצרת רבבות, אבער נאכ'ן קומען צו אנערקענונג אז דאס קען לעת כזאת נישט צושטאנד קומען צוליב טעכנישע סיבות, איז ענדגילטיג געבליבן די החלטה צו ארגאניזירן אן עצרת בלויז פאר די ליטווישע קרייזן, וואס וועט אפגעראכטן ווערן אין לעיקוואד.
דער עצרת רבתי מארגן מאנטאג האזינו וועט פארקומען ברחובה של עיר, אויפן שטח כביר וענק אויף לעקסינגטאן עוועניו צווישן די ניינטע און צענטע גאס, וואו עס וועלן זיך צאמקומען די שווערע טויזנטער בני תורה, און פון דארט וועט עס אריבערגעפירט ווערן לעבעדיג צו עטליכע גרעסערע פארזאמלונגען פון בני תורה אין אנדערע שטעט אין אמעריקע, וואו מען וועט אינאיינעם אויסשרייען "מסוף העולם ועד סופו" א קול זעקה ומרה קעגן די רשעי הציונים וואס האלטן אין ארעסט קרוב צו הונדערט בחורים מיטן איינציגן ציל עוקר צו זיין די תורה הקדושה היל"ת.
לויט די הוראה פון די גדולי ראשי הישיבות וועט אויך זיין דעזיגנירט א שטח גדול פאר די נשים צדקניות, און די תלמידות פון די סעמינארן. דער מעמד וועט זיך אנהייבן אין די נאכמיטאג שעה'ן מיט א תפלת מנחה ברוב עם הרבבות הדרת מלך, און דערנאך וועט מען ממשיך זיין מיט אמירת סליחות, קבלת עול מלכות שמים און דברי חיזוק ומחאה דורך די גדולי ראשי הישיבות ודרשנים. אין בעפארברייטונג צום עצרת איז דעם פרייטאג אפגעהאלטן געווארן א געמיינזאמע טעלע-קאנפרעץ מיט אלע ראשי הישיבות אין שטאט לעיקוואד, וואו עס איז ארויסגעברענגט געווארן די מטרת העצרת, און די חוב וואס ליגט אויף יעדן בן תורה אנטייל צו נעמען אין דעם וויכטיגן עצרת.