מאנטאג פ' נצבים • כ"ב אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
ברוך דיין האמת: אין ירושלים איז היינט נפטר געווארן בשיבה טובה, האשה החשובה מרת פרומא נחמה ראזנבערג ע"ה אן עלטערע שוועסטער פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.
די חשובע נפטרת איז געבוירן אין יאהר תרפ"ח צו איר פאטער הרה"ח המפואר ר' דוד שעכטער זצ"ל פון די געהויבענער ברסלבער חסידים אין אלט שטאט ירושלים, זי האט שפעטער חתונה געהאט מיט איר מאן הנגיד ר' פנחס ראזנבערג ע"ה און האבן אלע יאהרן געוואוינט אין די רחביה געגענט אין ירושלים, וואו זייער שטוב איז שטענדיג געוועהן אפן פאר פאר אורחים און ארימעלייט.
ר' פנחס ע"ה זייענדיג א פארמעגליכע איד און א בעל יכולת האט געהאט די זכיה לאנגע יאהרן צו שטיצן זיין גרויסן שוואגער הגה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א אין זיינע יונגע יאהרן ווען ער האט זיך געמוטשטעט מיט דקדוקי עניות ל"ע, שפירנדיג פאר א זכיה אז רבי יעקב מאיר שליט"א זאל אדאנק דעם קענען אנגיין מיט זיין הייליגע עבודה אן קיין טירדות, אויף וואס דער רב שליט"א האט איהם שטענדיג מכיר טובה געוועהן.
די נפטרת ע"ה האט זוכה געוועהן צו אן אויסטערלישע שיבה טובה, דעם שבת איז זי געווארן 97 יאהר אלט זייענדיג נאך בצלילות הדעת ביז איר לעצטע טעג. היינט אינדערפרי איז זי נפטר געווארן לחיי העולם הבא, במעמד פון די קינדער און אייניקלעך.