נפטר געווארן הרה"ג ר' דוד קאמינעצקי זצ"ל פון ירושלים זוהן פון זקן ראשי הישיבות יבלחט"א הגאון ר' שמואל קאמינעצקי שליט"א

זונטאג פ' נצבים • כ"א אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט שווערע געמיטער איז די נאכט אויפגענומען געווארן די בשורה קשה איבער די פריצייטיגע פטירה פון הרב הגאון רבי דוד קאמינעצקי זצ"ל פון ירושלים, ראש מכון 'פרקי אליעזר' און א זוהן פון יבלחט"א דער זקן ראשי הישיבות אין אמעריקא הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבה פילידעלפיע וחבר מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל ד'אמעריקא, זייענדיג אלט 68 יאהר.

דער נפטר ר' דוד ע"ה איז געבוירן אין יאהר תשי"ז אלס דער פינפטע זוהן צו זיין טאטן דער ראש הישיבה שליט"א, און איז אויפגעוואקסן אויפן שויס פון זיין גרויסן זיידן הגאון המפורסם רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל ראש ישיבת תורה ודעת וחבר מועצת גדולי התורה.

נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין עיה"ק ירושלים, וואו ער איז געוועהן פון די חשובע בני תורה אין די הר נוף געגענט און מרביץ תורה געוועהן אלס מגיד שיעור אין ישיבת דרכי נועם.

זייענדיג א זעלטענע בעל כשרון האט ר' דוד ע"ה יאהרן לאנג עוסק געוועהן אין חקירה, און בעיקר האט ער זיך ספעציאליזירט אין אלעס וואס אמבאלנגט דעם תורת הגר"א פונעם הייליגן ווילנער גאון, אין וואס ער איז געוועהן שטארק אויסגעקאכט און באהאוונט. צו דעם צוועק האט ער געגרינעט דער מכון "פרקי אליעזר".

ר' דוד ז"ל איז געוועהן פון די עורכים פון די שטארק אויפגעכאפטע שוטנשטיין ש"ס אויף ענגליש, וואס איז היינט א נחלת הכלל אין די אמעריקאנער תורה וועלט.

ליידער איז ער נישט געזונט געוועהן די לעצטע תקופה, און היינט פארטאגס האט ער צוריקגעגעבן זיין נשמה ליוצרה אין עלטער פון 68 יאהר, איבערלאזנדיג נאך זיך זיין גרויסן טאטן דער ראש הישיבה שליט"א לאורך ימים, און זיין אלמנה, מיט א קינדער געבענטשטע שטוב, זרע ברך ה', קינדער און אייניקלעך לשם ולתפארת.

די לוויה איז ארויס היינט 11:00 פארמיטאג פון ביהמ"ד חניכי הישיבות אין שכונת הר נוף, אויפן וועג צום הר המנוחות וואו ער איז געקומען למנוחה נכונה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ