צענדליגער מאוביל'ס ווערן צוגעשטעלט אויף די ימים טובים אין קרית טאהש פאר געסט מחוץ לעיר אין ליכט פון דירות מאנגל

דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג האבן טאהשער חסידים אויפגענומען די פריידיגע בשורה, איבער א פרישע סערוויס פאר די חשוב'ע געסט וועלכע לעכצן מיטצוהאלטן די ימים טובים בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, מיט'ן צושטעלן צענדליגער מאוביל'ס, און אזוי ארום עטוואס לינדערן די שווערע מאנגל אין דירות אין קרית טאהש, מיטן פלייץ פון הונדערטער געסט בליעה"ר.

אין די לעצטערע חדשים האבן די עסקנים אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות אויפצוקומען מיט די בעסטע אפציעס צו קענען צושטעלן צוגענגליכע מאוביל'ס פאר יו"ט שמחת תורה, און עס איז ברוך השם געלונגען ארויסצודינגען  צענדליגע מאוביל'ס וועלכע זענען געווארן רעזערווירט ספעציעל אז די חסידים זאלן דאס קענען ארויסדינגען.

לויט די פלענער וועלן די מאוביל'ס היי-יאר ווערן ארויסגעגעבן בעיקר פאר די געסט וועלכע האבן נאנטע קרובים אדער גוטע פריינט ביי וועלכע זיי קענען עסן די סעודות יו"ט מיט א ברייטקייט, וועט די מאוביל קענען דינען אלס א פאסיגע אכסניא צו שלאפן.

די מאוביל'ס וועלן זיין צושפרייט לענגאויס דער טאהשער שטעטל, און וועלן זיין איינגערישט מיט אלע איינריכטונגען צו שלאפן, מיט עיר-קאנדישאן/הייצונג, א.א.וו.

אין די זעלבע צייט זענען די עסקנים ארויס מיט א הייסע רוף צו תושבי קרית טאהש וועלכע האבן שוין לאנגע יארן די זכי' צו זיין די מכניסי אורחים פון די הונדערטער געסט וועלכע קומען כסדר וויילן בצל הקודש, יעדער לויט זיין יכולת זאל זעהן אריינצונעמען געסט, דערמיט צו מקיים זיין די גרויסע מצות הכנסת אורחים מיט א שלימות, און נישט פארלאנגען הויעכע פרייזן וועלכע פלאגט גאר שווער די חסידים פון אויסער די שטאט.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ