האד' מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג ענדגילטיג אריבערגעצויגן וואוינען קיין וויליאמסבורג

מיטוואך פ' כי תבא • י"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי ראחמיסטריווקא אין וויליאמסבורג האבן מיט פרייד אויפגענומען די ידיעה, אז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א האט אין די יעצטיגע טעג אפיציעל קובע געוועהן משכנו אין די שטאט וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א וועט ממשיך זיין די עבודת הקודש בהנהגת העדה אין דעם הערליכן ראחמיסטריווקא הויף.

דער רבי שליט"א איז נאכן הסתלקות זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצוק"ל, נעתר געווארן לבקשתם פון די חסידים, אנצונעמען די כתר האדמור"ות אין די ראחמיסטריווקא קהילה אין וויליאמסבורג.

במשך די לעצטע צוויי יאהר, זינט דער רבי שליט"א האט איבערגענומען די הנהגת העדה, קלאמערן זיך הונדערטער אידן ביי די תפילות און טישים פון רבי'ן שליט"א, כאטש דער רבי שליט"א האט ווייטער געוואוינט אין בארא פארק פלעג ער אריינקומען יעדן שבת קיין וויליאמסבורג און בנוסף פלעג דער רבי אויפנעמען דעם ציבור עטליכע מאל אין וואך אין וויליאמסבורג.

אצינד, גלייך נאכ'ן זומער־סעזאן, האט דער רבי שליט"א אפיציעל קובע געוועהן משכנו אין די שטאט וויליאמסבורג, וואו דער רבי שליט"א וועט ווייטער פראווענען די געהויבענע שבתים וימים טובים מדי שבת בשבתו ומועד במועדו מיט א קביעות, און מען וועט כסדר קענען מיטהאלטן די תפילות און טישים בכל עת מצוא.

א דירה נאה איז איינגערישט געווארן פארן רבי'ן שליט"א אויף קיעפ סט. נישט ווייט פונעם ביהמ"ד, רחבות'דיג צוגעשטעלט מיט אלע באקוועמע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ