ויכוננו עיר מושב: חצה"ק דאראג וועט אויפבויען נייע פרעכטיגע קהלה אין אויפבליענדען ישוב "עמנואל"

מאנטאג פ' כי תבוא • ט"ו אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


היסטארישע נייעס איז געמאלדן געווארן בחצר הקודש דאראג אין שטאט בני ברק, ווען צום ערשטן מאל זינט די התייסדות הקהלה מיט אריבער דרייסיג יאר צוריק דורך דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדאראג שליט"א, ווערט יעצט אריינגעלייגט די ערשטע קערענדלעך פאר א פרישע מקום מושב פאר חסידי דאראג אינעם נייעם אויפבליענדען שטעטל 'עמנואל' אין ארץ ישראל.

קהילה קדושה דאראג טראגט מיט זיך א אויסנאם חידוש יחיד במינה, זייענדיג א קהילה נאה וחסדוה וואס באשטייט פון קרוב צו 600 משפחות בליעה"ר, וואקסענדע מוסדות התורה, הונדערטער בחורי הישיבות, אברכי הכוללים, און אלע רוחניות'דיגע הצטרכות, וואס די גאנצע קהלה איז סטאנצינירט בלויז אין שטאט בני ברק, נישט האבענדיג קיין שום דאראגער שטיבל אין קיין שום היימישע ישוב גלאבאל, אויך נישט אין די שטעט פון ארץ ישראל, צוליב דעם וואס די תלמידים וחסידים שפירן א געוואלדיגע התקשרות ווילנדיג זיין נאנט צו רבי'ן בכל עת מצוא.

שטייענדיג אבער אין א תקופה, וואס די דירות פרייזן אין די גרעסערע שטעט אין ארץ ישראל זענען גאר הויך און עס איז ממש אומדערטרעגליך פאר א דורכשניטליכע אינגערמאן צו זיך קענען ערלויבן די פרייזן, דעריבער האט מען בברכותו פונעם דאראגער רבי'ן שליט"א צום ערשטן מאל דורכגעבראכן היסטאריע מיטן זיך צושפרייטן בגבולות חוצה און אויפשטעלן א נייע קהלה אין שטאט עמנואל ספעציעל פאר תלמידי וחסידי דאראג.

צו דעם צוועק האט דער רבי שליט"א ממנה געווען בנו הגדול הרה"צ רבי אשר ראזנפעלד שליט"א, וועלכע שטייט אין שפיץ פון אלע רוחניות'דיגע אקוויטעיטן בקרב הקהלה, אז ער זאל שטיין בראש פון די נייע וועדת הדיור אויפצוקמען מיט א פאסיגן ארט אלס א יישוב פארן היימישן עולם על דרך הסלולה בתורה ויראת שמים וחסידות.

די ישוב עמנואל איז אין די לעצטערע יארן געווארן א צענטערפ-פונקט פאר אסאך היימישע קהלות קדושות אין ארץ ישראל, א שטייגער ווי סלונים, באיאן און נאך קהילות וואס גרייטן זיך דארט מייסד צו זיין קהילות און מוסדות, אריינגערעכנט וויזניץ, אלכנסדר, וויזניץ בית שמש און נאך. דאס קומט צוליב דעם וואס אין דער שטאט עמנואל איז פארהאן די ביליגסטע פרייזן אין די דירות מארקעט איבער גאנץ ארץ ישראל, אין צוגאב געפונט זיך דער נייע אויפבליענדע שטאט עמנואל נישט ווייט פון שטאט בני ברק. 

דעם דאנערשטאג איז פארגעקומען א כינוס כללי פאר חסידי דאראג אין די סטריקובער זאל אין שטאט בני ברק, וואו דער משב"ק הרב יהושע צבי פרייזלער הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט אויפריכטיגע דיבורים זאגענדיג וואס דאס מיינט פאר א דאראגע אינגערמאן ווען ער גייט אריבער וואוינען אין א נייע ישוב, אז מ'דארף זעהן אנצוהאלטן אלעס וואס מ'האט אונז געלערנט בתורה וחסידות. ער האט צוגעלייגט אז די רבי האפט צו קענען ארויסקומען אויף אפטע באזוכן און שבתים וכדומה אינעם נייעם ישוב, און באזונדער וועט דעם רבינ'ס זון הרה"צ רבי אשר קומען כסדר אהין אויף באזוכן און שבתים תמידין כסדרן.

דערנאך האט אויפגעטרעטן בנו הגדול פונעם רבי'ן הרה"צ רבי אשר שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן דעם ברכת הקודש פון מר אביו דער רבי שליט"א, און מוסיף געוועהן דברי הדרכה איבער די יסודות איתנים פונעם נייעם ישוב ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע דרכים אן צו משנה זיין קיין זיז כל שהוא.

דערויף האט מען געהערט די ווערטער פון הרה"ג מרדכי שלמה פריינד שליט"א רב דחסידי באיאן אין עמנואל, וועלכע האט אויסגעשמועסט די געוואלדיגע מעלות פון דעם נייעם ישוב, און פארשידענע וויכטיגע פרטים וואס ס'איז נוגע אינערהאלב דעם ישוב.

דערנאך האט אויפגעטרעטן הרב אליהו גפני דער מעיאר פון עמנואל, און דערנאך האט ר' אליעזר ביללער וועלכע פירט אן די דירות פראיעקטן אינעם ישוב, אויסגעשמועסט מיטן ציבור די אלע ווייטערדיגע פלענער פונעם ישוב און די טעכנישע פרטים צו זיך איינהאנדלען א נייע דירה.חסידי דאראג קוקן שוין ארויס מיט שפאנונג צו די נייע גלאררייכע עפאכע פון הרחבת גבולי הקדושה בקרב הקהילה.

ופרצת ימה וקדמה צפנה ונגבה!

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל