הסתלקות כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצוק"ל: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס

דינסטאג פ' ראה • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


דינסטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

ניחום אבלים נעכטן מאנטאג – סיום ימי השבעה ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג.

Your browser does not support the video tag.

מאנטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א איז מנחם אבל האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט


מאנטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

ביים ניחום אבלים ביי האדמו"ר מקרעטשניף י-ם.


מאנטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

האדמו"ר מראחמיסטריווקא איז מנחם אבל האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שטייענדיג ביים סיום ימי השבעה.


מאנטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

האדמו"ר מסאטמאר איז מנחם אבל ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג בבית מדרשו


זונטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

האדמו"ר מתולדות אהרן ובנו הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי איידעם פון האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל ביים מנחם אבל זיין האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.


זונטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים ביים טעלעפאנישע געשפרעך מיט מחותנו האדמו"ר מפשעווארסק וועלכער האט מנחם אבל געוועהן טעלעפאניש פונעם מקום הנופש אין פראנקרייך.


זונטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

ניחום אבלים היינט זונטאג ביי האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט אין ביהמ"ד.


זונטאג פ' כי תצא • בחצרות הקודש

האדמו"ר מתולדות אהרן איז מנחם אבל אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אין ירושלים.


מוצאי שב"ק פ' שופטים • בחצרות הקודש

א ריזן ציבור ביי שלש סעודות בצל האדמור"ים שליט"א אינעם היכל השולחנות בחצה"ק פינסק קארלין.


מוצאי שב"ק פ' שופטים • בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א ביי תקיעת שופר פרייטאג ערב שבת נאכן דאווענען.


מוצאי שב"ק פ' שופטים • בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א ביים ליינען א קוויטל בשעת ניחום אבלים.


דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

היינט איז באשטעטיגט געווארן אז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט וויליאמסבורג שליט"א וועט אנקומען די קומענדיגע וואך קיין ניו יורק און זיצן שבעה במקום מגוריו אין וויליאמסבורג, אינאיינעם מיט זיינע ברודער האדמורי"ם הרה"צ ר' מאיר לייב שליט"א און הרה"צ ר' יואל זוסמאן שליט"א, קינדער פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל.

דער רבי שליט"א און די ברודער וועלן לאנדען אין ניו יורק זונטאג כי תצא נאכמיטאג, און זיך זעצן שבעה אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגוט אויף הופפער סטריט, ווי דורכאויס זונטאג נאכט און מאנטאג, וועט זיין א געלעגנהייט פאר ידידי ומעריצי בית קרעטשניף סיגוט אין ניו יורק, מנחם צו זיין די אבלים על סילוקו של אותו צדיק.


דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק ביים מנחם אבל זיין די ברודער האדמור"ים והרבנים שליט"א היינטיגן ליל שישי.


דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

דער היכל השלחנות בחצר הקודש פינסק קארלין ווערט צוגעגרייט צום גרויסן שבת הכתרה די וואך שב"ק פ' שופטים.


דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

נאך פונעם ניחום אבלים היינט דאנערשטאג נאכט אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט.


דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

דמות האדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביים פארזאגן "לדוד ה' אורי וישעי" אויפן נוסח המקובל לבית נדבורנא – קרעטשניף נאך תפילת מנחה בעת דער שבעה נעכטן אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט.

Your browser does not support the video tag.

דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

האדמו"ר מפיטסבורג און זיין שוואגער הרה"צ רבי דוד צבי הירש מייזליש שליט"א איידעמער פון האדמו"ר מקרעטשניף יירושלים ביים ניחום אבלים אין ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט.


דאנערשטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

די מודעות מטעם קהל ומוסדות קרעטשניף סיגעט מיט די סדרי וזמני השבת ביים "שבת הכתרה" די וואך שב"ק פ' שופטים בצל כ"ק מרנן האדמור"ים שליט"א. פאר די שולחנות הטהורות איז ארויסגעדינגען געווארן די גרויסע היכל השולחנות בחצר הקודש פינסק קארלין אין די שכונת בית ישראל.


מיטוואך פ' שופטים • בחצרות הקודש

ניחום אבלים היינט מיטוואך די ערשטע טאג פון די ימי השבעה ביי האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.


מיטוואך פ' שופטים • בחצרות הקודש

האדמו"ר מבוהוש איז מנחם אבל ביי מחותנו האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים.


מיטוואך פ' שופטים • בחצרות הקודש

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ראזנבוים שליט"א אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג ביי תפילת מעריב היינט מיטוואך אויפדערנאכט.


מיטוואך פ' שופטים • בחצרות הקודש

האדמור"ים מבוהוש און ביאלא בני ברק ביים ניחום אבלים היינטיגן מיטוואך.


מיטוואך פ' שופטים • בחצרות הקודש


2:45 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש יעצט שפעט באנאכט נאך די מסע הלוויה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל האבן זיך די חסידים צוזאמגענומען בבית מדרשו של רבי אין די בית ישראל געגענט, וואו מען האט זיך אראפגעזעצט אויף דער ערד און מקבל געווען אבילות, וואו מען האט מיט שווערע געמיטער זיך מתאבל געוועהן אויף די שווערע פארלוסט, וואס איז ווי א פערזענליכע אבידה פאר יעדן יחיד.

קורצליך דערויף איז כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א בנו הגדול וממלא מקומו פונעם רבי'ן זצ"ל אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מעריב, דער רבי האט געדאווענט אויפן מקום קבוע פונעם טאטן דער רבי ז"ל ביים ארון הקודש כמנהג צדיקי בית נאדווערנע און צוגעגאנגען צום עמוד. נאך מעריב האט זיך דער רבי שליט"א געזעצט שבעה אין ביהמ"ד און די נכבדי העדה וטובי הקהל האבן איבערגעגעבן די ערשטע קוויטלעך וואונטשענדיג דערביי אז דער רבי זאל זוכה זיין ביז משיח'ס טאג מנהיג צו זיין די עדה הקדושה ולמען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל.

דערנאך איז דער גאנצער ציבור דורך מנחם אבל זיין דעם רבי'ן און איבערגעבן קוויטלעך כנהוג.


2:15 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש האדמו"ר מראחמיסטריווקא וועלכע האט נישט עספיעט אנצוקומען צום לוויה, איז מתפלל א תפילה קצרה ביים פרישן קבר פונעם רבי'ן זצ"ל נאך סתימת הגולל.


דער פרישער קבר פונעם רבי'ן זצ"ל בחלקת אבותיו אינעם אהל הק' פון הרה"ק מקרעטשניף ז"ע אויפן הר הזיתים


1:25 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן איז פארענדיגט געווארן סתימת הגולל, שם חלקת מחוקק ספון. מען זאגט צידוק הדין און דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א געריסן קריעה און פארלאזט דעם אהל הק'. אויפן וועג ארויס פונעם בית החיים האט מען מנחם אבל געוועהן דעם רבי'ן שליט"א צווישן די שורות כנהוג.

כמנהג ירושלים האבן די קינדער פונעם רבי'ן ז"ל און אלע יוצאי חלציו נישט באגלייט די מיטה צום פעלד.

Your browser does not support the video tag.

12:50 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל קומט יעצט אן אויפן הר הזיתים, און מען האפט אנצוהייבן די קבורה אין די קומענדיגע מינוטן.

אויפן פלאץ זעהט זיך אן דעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, זיין איידעם כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, און האדמור"ים מפרמישלאן, קרעטשניף קרית גת, ביטשקוב, בישטינא, און נאך.

אויפן וועג ארויף צום הר הזיתים האט באגלייט די מיטה דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א.


12:40 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

האדמו"ר מקרעטשניף ירושלים קומט יעצט אן אויפן הר הזיתים צום מעמד הקבורה.


12:05 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

ביי די גרויסע לוי' פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל האט הגה"צ רבי עקיבא וואזנער מו"ץ העדה החרדית ומרבני הקהילה יעצט מכתיר געווען בנו הגדול הגה"צ רבי נפתלי הירצקא יצחק ראזענבוים שליט"א אלס ממלא מקום אביו באדמור"ות קרעטשניף סיגעט, און וואונטשן פאר די אנדערע קינדער ממשיכי דרכו פון רבי'ן זצ"ל צו קענען ממשיך זיין בעבודת הקודש, און מכהן זיין באדמור"ות בכל מקומות מושבותיהם. ויאריכו ימים על ממלכתם בדרכי אבותיהם הק' מוסדי דור דורו.


12:00 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

נאכן פארענדיגן די הספדים האבן די קינדער האדמור"ים והרבנים געריסן קריעה כדת וכדין. די מיטה ווערט אצינד ארויסגעפירט פון ביהמ"ד, ווערנדיג באגלייט דורך טויזנטער מלווים וועלכע ווארטן אויף די מיטה אויף די גאסן ארום דעם ביהמ"ד.


11:50 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

הגה"צ רבי עקיבא וואזנער שליט"א מו"ץ העדה החרדית ורבני הקהילה איז יעצט מספיד בדברי קינה ונהי לפני מיטתו פונעם רבי'ן זצ"ל.


11:40 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

אצינד האט מען אויפגערופן דעם רבינס יד ימינו און נאנטער מקורב הרב יואל אהרן שטערן פון מאנסי זוהן פון הגה"צ ראש ישיבת תורת חסד.


11:35 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט איז מספיד דער גבאי ר' שמואל אייכל הי"ו וועלכע האט באדאנקט דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' מאיר ראזענבוים שליט"א פאר די אלע יאהרן וואס ער איז צוגעשטאנען לימין קדשו פון רבי'ן מיט א זעלטענעם כיבוד אב און בכללית זיינע פעולות לטובת הקהילה.


11:15 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט איז מספיד דעם רבינס שוואגער כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א, דורך א לעבעדיגע פארבינדונג פון די לופטן, זייענדיג אונטערוועגנס פון ניו יארק אהיים קיין ארץ ישראל אין ליכט פונעם אבל הגדול.


11:05 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

צום שלוס איז יעצט מספיד דעם רבינס יונגסטער איידעם הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א נכד האדמור"ים מסאסוב און פינסק קארלין.


11:00 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

צווישן די טויזנטער מלווים אויף די גאסן ארום דעם ביהמ"ד זענען זיך משתתף ביים לוויה האדמור"ים מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, פינסק קארלין, קרעטשניף, זוועהיל, מעליץ, זוטשקא, ראחוב, ספינקא ירושלים, און נאך פיל.


10:51 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי משה שמואל ראטענבערג שליט"א טרעט יעצט אויף מיט דברי הספד, פריער איז געהערט געווארן דברי הספד דורך א הוק-אפ פון אמעריקא דורך הגה"צ רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש שליט"א.


10:48 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט טרעט אויף מיט דברי הספד דעם רבינס איידעם הרה"צ ר' חיים מאיר שנעבאלג אבד"ק סטרעליסק בן האדמו"ר מטשערנאוויץ.


10:45 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

דעם רבינס איידעם הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי בן האדמו"ר מתולדות אהרן טרעט יעצט אויף מיט דברי הספד דורך א הוק-אפ ממקום מושבו אין מאנסי.


10:40 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

ירושלים אבדה כלי חמדתה: מודעות אבל ארויסגעשטעלט מטעם בית דין צדק העדה החרדית צו באוויינען דעם גרויסן פארלוסט.


10:40 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

נאך א זוהן פונעם רבי'ן איז יעצט מספיד, הרה"צ ר' יואל זוסמאן ראזנבוים שליט"א.


10:30 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט טרעט אויף מיט דברי הספד הרה"צ ר' מאיר ארי' לייב ראזנבוים שליט"א בנו חביבו ויד ימינו פונעם רבי'ן.


10:28 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א איז נארוואס אנגעקומען אפצוגעבן כבודו האחרון ביים מסע הלוויה פונעם ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בראש קהל חסידיו, דער רבי האלט יעצט מיט די הספדים פארנט פון די בית ישראל שטיבלעך בשכינות פון ביהמ"ד.


10:20 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט טרעט אויף מיט דברי הספד דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' ניסן חיים מרדכי ראזנבוים שליט"א.


10:05 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

ביים אנגרייטן דעם מקום הקבורה פונעם רבי'ן ז"ל אינעם אהל הק' פון אביו הרה"ק מקרעטשניף זי"ע במרומי הר הזיתים.

Your browser does not support the video tag.

9:50 | דינסטאג באנאכט פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט ביים מסע הלוויה האבן מספיד געוועהן די צוויי קינדער פון רבי'ן ז"ל, בנו הגדול הגה"צ אבד"ק קרעטשניף סיגעט בית שמש שליט"א און בנו הגה"צ אבד"ק קרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א. הונדערטער אידן שטייען צונויפגעפרעסט אין ביהמ"ד און אינדרויסן אויפן גאס, און וויינען בבכיות נוראות.


9:40 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט טרעט אויף מיט רירנדע דברי פרידה הרה"ח ר' אליעזר פריעדמאן הי"ו – משמש בקודש וועלכע געזעגענט זיך פונעם רבי'ן זצ"ל בשם כל קהלא קדישא.


9:30 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

אומבאשרייבליכע בכיות הערט זיך יעצט בין כותלי בית המדרש קרעטשניף סיגעט בעת די מיטה איז אריינגעפירט געווארן אין ביהמ"ד, הרב מאניש בערגער מנכבדי הקהילה זאגט יעצט פאר סליחות און י"ג מידות.


9:15 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

אין די בתי מדרשים דחסידי קרעטשניף סיגעט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל וועט מען זיך צוזאמקומען בשעת די לוויה אין ארץ ישראל, און מיטהאלטן דורך א הוק-אפ.


9:00 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש אין די פריערדיגע מינוטן איז די מיטה ארויסגענומען געווארן פון ביהמ"ד, צו דורכפירן די טהרה אין די שכינות'דיגע מקוה פון ביהמ"ד הגדול זוועהיל אין שכונת בית ישראל, איצווישן גרייט מען צו די היכל ביהמ"ד צו די גרויסע לוויה, וואס וועט זיך אהייבן בשעה 9:30.


8:25 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט אויפדערנאכט אין ארץ ישראל זענען חסידי קרעטשניף ירושלים פארבעטן געווארן בפקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א זיך משתתף צו זיין ביי די מסע הלוויה פונעם רבינס יונגערע ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל אין ירושלים, טראספארטאציע וועט זיין צוגעשטעלט פון די בתי מדרשים דחסידי קרעטשניף ירושלים מחוץ לעיר.


8:00 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

מטעם ק"ק קרעטשניף סיגעט איז יעצט באשטעטיגט געווארן אז די גרויסע לוויה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל וועט זיך אנהייבן בשעה 9:30, פארנט פון ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אויף רחוב רפפורט אין ירושלים. נאך די הספדים וועט מען באגלייטן די מיטה צופיסנס אויפן וועג צום הר הזיתים, וואו דער רבי קומען לקבורה אינעם אהל הק' פון זיין גרויסן טאטן הרה"ק מקרעטשניף זי"ע.


7:15 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

יעצט פארמיטאג נאך תפילת שחרית האט כ"ק אדמו"ר מתולדות צבי ד'ספינקא שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי הספד דורכן טעלעפאן וואו דער רבי האט מיט יאמערליכע בכיות באוויינט די אבידה פונעם שוואגער דער קרעטשניפער רבי זצ"ל, די הספד – באגלייט מיט שטארקע דברי חיזוק ונחמה איז אריבערגעפירט געווארן לעבעדיג צו די קינדער הרבנים הגאונים שליט"א.


6:00 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

אין די יעצטיגע מינוטן ווערט די מיטה פון אריינגעברענגט אין בית המדרש, פילע אידן געפונען זיך אויפן ארט און וויינען בבכיות נוראות, דורכאויס די קונמענדיגע שעות ביז צו דער לוויה וועט מען זאגן תהלים ארום די מיטה.


5:30 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

די מיטה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל איז נארוואס ארויסגעברענגט געווארן פון די שערי צדק שפיטאל אין ירושלים, אין די קומענדיגע מינוטן וועט עס ווערן אריינגעברענגט בהיכל ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אויף די רפפורט גאס אין שכונת בית ישראל, וואו צענדליגער אידן זענען שוין פארזאמלט.

Your browser does not support the video tag.

5:20 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

לויט די יעצטיגער פלענער וועט די מסע הלוויה פארקומען בשעה 9:00 באנאכט פארנט פון ביהמ"ד קרעטשניף סיגעט אין שכונת בית ישראל, די פונקטליכע סדרי וזמני הלוויה וועט נאכפאלגן.


4:30 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

די נאנטע מקורבים און דעם רבינס קינדער געזעגענען זיך נאכן יציאת נשמה אין שפיטאל.


3:30 | דינסטאג נאכמיטאג פ' שופטים • בחצרות הקודש

צענדליגער אידן שטייען פארזאמלט אין די קארידאן פון די שערי צדק שפיטאל, נעבן די שפיטאל בעט פונעם רבי'ן זצ"ל בשעת יציאת נשמה.


כל הזכויות שמורות ©

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ