זונטאג פ' כי תצא • ז' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש
השתדלו והרבו תחינה ובקשה: כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א איז די נאכט מוצאי שבת קודש אריינגעפירט געווארן צו די קארנעל שפיטאל אין מאנהעטן נאכן ליידן שווערע יסורים ל"ע, אין לויף פון די נאכט האבן די דאקטוירים דורכגעפירט אן עמערדזשענסי פראצעדור, און אצינד טוט זיך דער רבי ערהוילן צווישן די שפיטאל ווענט.
דער רבי שליט"א ליידט אנגעבליך פון א אינפעקציע אין די בלוט, און וועט דארפן פארבלייבן נאך עטליכע טעג אין שפיטאל פאר באהאנדלונגען און אבזערוואציעס.
אידישע קינדער זענען מתפלל לרפואתו השלימה, מרן פנחס בן אלטא סימה בתוך שאר חולי ישראל.