באריכט: האד' מבעלזא געפראוועט שבת מיט מנין מצומצם אין שפיטאל

מוצאי שב"ק פ' ראה • ו' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


ווי באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א געוויילט איבער שבת אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים, אין די צייט וואס חסידי בעלזא די בכל אתר ואתר האבן מרבה געוועהן בתפילה לרפואתו השלימה והמהירה.

די פארוואלטונג פון די הדסה שפיטאל האט דעזיגנירט א ספעציעלן אפטיילונג אין שפיטאל, צום דינסט פונעם רב שליט"א און די שטוב מענטשן. אויף שבת האבן געוויילט בצל הקודש אין שפיטאל א מנין מצומצם, אריינגערעכנט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, בנו הרב חיים מאיר רוקח, און די נאנטע משמשים און מקורבים.

ערב שבת האט דער גבאי הרב מיכל פירער הי"ו איבערגעגעבן אז די חסידים אין אלע שטיבלעך נעמען זיך צוזאם אויף אמירת שיר השירים אויפן רוף פונעם בית דין צדק דקהל מחזיקי הדת, און אז די נשים וועלן מוסיף זיין עטליכע מזמורי תהילים ביים ליכט צינדן, דער רב שליט"א האט ארויסגעוויזן קורת רוחו און געוואונטשן אז די תפילות זאלן טאקע נתקבל ווערן לרחמים ולרצון.

פרייטאג צונאכטס האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א קידוש געמאכט פארן רב שליט"א, שבת בייטאג האט דער גבאי ר' מיכל פירער קידוש געמאכט, און ביי שלש סעודות האט דער רב שליט"א פארגעזאגט די זמירות ווי יעדער וואך. 

צו מעריב מוצאי שבת האט דער רב שליט"א צוגעשיקט בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א לכבוד די יארצייט פון די באבע הרבנית מלכה ע"ה די רעבעצען פונעם ערשטן בעלזער רב זי"ע וואס געפאלט אויס די וואך. 

נאך הבדלה האט מען געזינגען המבדיל אויפן באוואוסטן תנועה פונעם פיוט אדון הסליחות וואס מען זאגט אין די יעצטיגער ימי אלול און סליחות צווישן אחינו הספרדים. 

אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים האבן די אייניקלעך פונעם רב שליט"א געדאווענט די תפילות פארן עמוד, נכדו הגדול הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א האט עולה געוועהן שישי און געדאוונט מוסף פארן עמוד. 

ביי שלש סעודות אין די זאלן אין בנין ביהמ"ד הגדול האט הרה"ג ר' לייבוש קארניאל שליט"א ראש כולל עיון מעורר געוועהן דעם ציבור מיט דברי התעוררות צו מרבה זיין בתפילה למען בריאותו השלימה פונעם רועה נאמן מרן ישכר דוב בן מרים, לרפואה שלימה ברחמ"ח אביריו ושס"ה גדיו.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ