האד' מבעלזא שפיטאליזירט איבער שבת; וועט אריבערגיין אפעראציע נאך שבת צו פאררעכטן א צובראכענעם ביין

פרייטאג פ' ראה • ה' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי בעלזא זענען היינט פארבעטן געווארן מרבה צו זיין בתפילה און אינזינען האבן דעם רעיה מהימנא קדישא כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועלכער איז אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.

דורכאויס נעכטן דאנערשטאג האט דער רב שליט"א געליטן ערנסטע יסורים אויף די פיס און איז אריבער א סעריע אונטערזוכונגען אין שפיטאל. היינט איז צוריק געקומען די רעזולטאטן וואס ווייזט א צובראכענע ביין, דער רב שליט"א וועט אויפן ראט פון די דאקטוירים פארוויילן אין די הדסה שפיטאל איבער שבת אויף אבזערוואציע, און וועט נאך שבת דארפן דורכגיין א לייכטע אפעראציע צו פאררעכטן דעם צובראכענעם ביין וואס האט צוגעברענגט די שווערע יסורים.

אויפן רוף פונעם בית דין צדק דקהל מחזיקי הדת וועט מען אין אלע שטיבלעך דחסידי בעלזא בכל קצוות תבל זאגן ספר 'שיר השירים' ברוב עם הדרת מלך צווישן מנחה און קבלת שבת, און באזונדער רופן זיי די נשים צדקניות צו זאגן עטליכע פרקי תהילים פארן רבינס געזונט.

אידישע קינדער בכל מקום שהם זענען מתפלל לרפואת מרן ישכר דוב בן מרים לחיזוק הכוחות ולבריאותו השלימה, עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים יהיו, אריכות ימים ושנים טובות מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ