האד' מסאדיגורא לאדענט מרן ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא צום מעמד חגיגת התורה בחצה"ק סאדיגורא

דאנערשטאג פ' ראה • ד' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א אין בני ברק, וואו דער רבי שליט"א האט געלאדענט דעם ראש הישיבה צו באשיינען דעם מעמד חגיגת התורה וואס קומט פאר היינטיגן ליל שישי בחצר הקודש סאדיגורא, לרגל די הרחבת גבולי ההוראה צום גרינדונג פון די נייע בית הוראה, און די מעמד התמנות פון עטליכע נייע דיינים אין די קהילות הקודש דחסידי סאדיגורא אין ארץ ישראל.

דער ראש הישיבה האט אויפגענומען דעם רבי'ן מיט גרויס הערצה און עס איז דערביי געשאפן געווארן א תורה'דיגן שמועס. דער ראש הישיבה שליט"א האט אנגענומען די הזמנה און פארשפראכן זיך משתתף צו זיין מיטן אייברשטנס הילף.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ