וזרח השמש: כ"ק הגה"צ ר' נפתלי הירצקא ראזנבוים שליט"א געקרוינט געווארן אלס אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט

דינסטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש‎


היינט ביי די מסע הלוויה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצוק"ל איז מיט רגשי נחמה אויפגענומען געווארן דעם רבינס בן הבכור כקש"ת הגה"צ רבי נפתלי הירצקא יצחק ראזנבוים שליט"א אלס ממלא מקום אבותיו הקדושים, לכהן פאר תחת אביו באדמורו"ת קרעטשניף סיגעט, ווייטער אנצופירן די עדה הקדושה, משפיע זיין תורה וחסידות במדה גדושה, און פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער.

דער רבי שליט"א איז געבוירן בשנת תשל"ב אין דעם גרויסן שטוב פונעם קרעטשניפער רבי'ן זצ"ל, וואו ער האט געאטעמט קדושה וטהרה און תורה וחסידות אויף א געהויבענעם פארנעם. אלס בחור איז ער געשטיגן במעלות התורה ויראה אין בארימטער "אטיק" ישיבה בראשות הגאון האדיר רבי אברהם אטיק זצ"ל, וואו ער האט שוקד געווען על דלתי התורה מיט אן אויסטערלישע התמדה, אין די זעלבע צייט האט ער זיך געווייקט בצל קדשו פון זיין גרויסן זיידן הרה"ק מקרעטשניף זי"ע ביי וועם ער האט גענאסן אן אויסטערלישע קירבה. כשהגיע לפרקו איז ער געווארן אן איידעם ביי הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א.

דער רבי איז באוואוסט אלס תלמיד חכם עצום און האט פארפאסט עטליכע ספרים "נהרי הלכות", אויף הלכות שבת און נאך מקצועות בהלכה. במיוחד איז דער רבי שליט"א באקאנט ביים צבור חסידי קרעטשניף סיגעט מיט זיין איידלקייט און צוגעלאזנקייט צו יעדן איינעם, א גאון במדות טובות מיט א ווארעם הארץ און געפיל פאר יעדן דורש ומבקש.

אין לויף פון די יארן איז דער רבי שליט"א אויפגענומען געווארן דורך זיין גרויסן טאטן דער רבי זצ"ל אלס רב ומודה דרך אין די קהילה הקדושה קרעטשניף סיגעט אין בית שמש וואו ער איז געווארן אן אדרעס פאר יונגעלייט און בחורים וועלכע האבן מיטגעהאלטן די געהויבענע שבתים און ימים טובים במחיצתו און שותה געוועהן בצמא את דבריו.

אצינד מיט'ן ארויפגיין על כס האדמורו"ת למלאות מקום אביו, וועט דער רבי ווייטער ממשיך זיין די שולשת הקודש במקום מגוריו אין שטאט בית שמש, זייענדיג א נחמה פורתא פאר אלע חסידים וועלכע וועלן ווייטער האבן די זכי' צו זיין מקושר באילנא דחיי, לנחת רוחו פונעם רבי'ן זצ"ל.

די הכרזה איבער די הכתרה פונעם רבי'ן איז אויסגערופן געווארן דורך הגה"צ רבי עקיבא וואזנער שליט"א מו"ץ העדה החרדית מרבני הקהילה וועלכער האט דערביי אפעלירט צו די חסידים, זיך צו האלטן אינאיינעם באהבה ואחוה שלום ורעות, כרצון קדשו פונעם רבי'ן זצ"ל הכ"מ.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ