קול נהי נשמע מציון: כלל ישראל איינגעהילט אין טרויער נאך פריצייטיגע הסתלקות פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצוק"ל

דינסטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


קול נהי נשמע מציון, גדולה מיתת צדיקים כשריפת בית אלקינו!

מיט פארקלאפטע געמיטער און פארקלעמטע הערצער פון יתמות ווערט אויפגענומען די בשורה המר והנמהר, איבער די שרעקליכע אבידה שאין לה תמורה, מיט'ן הסתלקות לסערה השמימה פון דעם רועה נאמן לעדתו כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצוק"ל, וועלכער האט יעצט מחזיר געווען נשמתו הטהורה ליוצרה לדאבון לב כל ישראל העטופים כאבלים, צובראכן און צושאסן אויף די שרעקליכע אבידה, אוי, מי יתן לנו תמורתו.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אז מען דארף שוין בעוה"ר זאגן "דער קרעטשניפער רבי ז"ל", דער אדם הגדול אונטער וועמען עס האט זיך געשיצט הונדערטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע האבן געשעפט חיות און חיזוק פון דעם גרויסן אור, און זענען יעצט נעבעך אזוי פלוצים פאר'יתומ'ט געווארן, נישט קלערנדיג אפילו א רגע אז דער רבי וועט אונז אזוי פריצייטיג פארלאזן, אין בלויז עלטער פון פינעף און זיבעציג יאהר, שקעה החמה שלא בעונתה.

נישט אומזיסט האט די וועלט א טרייסל געטון, דעם מוצאי שבת הערנדיג אז דער רבי זצ"ל איז ליידער זקוק לרחמי שמים מרובים, נאכ'ן צוזאמפאלן בפניא דמעלי שבתא. דער נאמען "זיידא אליעזר זאב בן שפרה" איז במשך די נאכפאלגענדע טעג געווען שגור בפיהם פון טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט, יונג און אלט וועלכע האבן איינגעריסן פאר די גיכע און גאנצע רפואה פונעם רבי'ן, ליידער זענען אבער די שערי רחמים געווען פארשלאסן, און יעצט נאכמיטאג איז די ריינע נשמה פונעם רבי'ן זצ"ל ארויף לגנזי מרומים, במעמד בני משפחתו, בניו וחתניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און פילע חסידים וועלכע זענען דערביי געשטאנען און געזאגט פסוקי היחוד.די הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל איז א טיפע אבידה פאר ירושלים של מעלה און פערזענליך פאר די פילע אידן וואס האבן זיך געקלאמערט בצילו, און האבן נהנה געווען מאורו הגדול דורכאויס די אלע יארן, זיין פלאם פייערדיגן דאווענען, זיין מסירות נפש ביי א קיום המצווה, זיין אהבת ישראל און אוזן קשבת פארן יעדן זייענדיג מציר בצרתן של ישראל, והעולה על כולנה די אומפארגעסליכע שבתים ביי וועלכן דער רבי האט אריינגעבאקן א טעם אין שבת קודש ביי אזויפיל אידן, דורכאויס די גאלדענע תקופה פון קרוב צו צוואנציג יאהר פון ווען דער רבי האט איבערגענומען די כתר ההנהגה נאך די הסתלקות פון זיין גרויסן פאטער הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע, אנגעהויבן דער ערשטע תקופה אין וויליאמסבורג און דערנאך אין ירושלים עיה"ק וואו דער רבי האט די לעצטע צען יאהר אנגעפירט זיין שיינעם הויף אין די בית ישראל געגענט, זייענדיג א ווארעם ווינקל פאר מאסן אידן וועלכע האבן דארט געשעפט חיות דקדושה און זיך דערהויבן בקדושת השבת מיטן קרעטשניפער פייער.

דער רבי זצ"ל לאזט איבער א הערליכע דור בנין וחתנין רבנן, בנו הגדול הגה"צ רבי נפתלי הערצקא יצחק שליט"א אבד"ק קרעטשניף סיגעט בית שמש חתן הגה"צ אבד"ק סערדאהעלי בית שמש שליט"א; בנו הגה"צ רבי יחזקאל שרגא שליט"א אבד"ק קרעטשניף סיגעט אין וויליאמסבורג; בנו הגה"צ רבי ניסן חיים מרדכי שליט"א; בנו הגה"צ רבי מאיר אריה לייב שליט"א איידעם ביי כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א; בנו הגה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א איידעם ביי הגה"צ רבי חיים ברוך לייפער מבישטינא קרית טאהש.

די איידעמער הגה"צ רבי דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש בן האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק; הגה"צ רבי אהרן קאהן אבד"ק תולדות אהרן מאנסי בן האדמו"ר מתולדות אהרן; הגה"צ רבי חיים אליהו יואל אילאוויטש בן הגה"צ גאב"ד יעמערינג שליט"א; הגה"צ רבי חיים מאיר שנעבאלג אבד"ק סטרעליסק בן האדמו"ר מטשערנאוויץ; הגה"צ רבי משה שמואל הלוי ראטענבערג בן הגה"צ גאב"ד סאלקא שליט"א, און חתנו הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רבי משה טייטלבוים אבד"ק סאסוב בית שמש, נכד האדמור"ים מסאסוב און פינסק קארלין.

אויך לאזט דער רבי איבער זיין ברודער, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, און זיין שוועסטער הרבנית מביאלא בני ברק, אשת כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א.

פרטים איבער די סדרי הלוויה וועט נאכפאלגן, וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ