אויסטראליע'ס פרעמיער מיניסטער צו גאב"ד מעלבארן: איראן אונטערגעשטעלט ארסאן אטאקע אויף "עדת ישראל" שוהל

דינסטאג פ' ראה • ב' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט פארמיטאג האט זיך אויסטראליע'ס פרעמיער מיניסטער אנטאני אלבאניז טעלעפאניש פארבינדן מיט הגה"צ רבי שלמה קאהן גאב"ד מעלבארן אויסטראליע, און איבערגעגעבן די שאקרינדע נייעס אז זיין רעגירונג האט אויפגעדעקט באווייזן אז דער איראנער רעזשים האט ארקעסטרירט א צאל אנטיסעמיטישע אטאקעס אין אויסטראליע, אריינגערעכנט ספעציפיש די שרעקליכע ארסאן פייער אטאקע אויפ'ן "עדת ישראל" שוהל אין מעלבארן מיט 8 חדשים צוריק וואס האט ליידער איבערגעלאזט די שוהל גענצליך פארניכטעט.

דער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט פארן מרא דאתרא אז אין רעאקציע צו די אויפדעקונגען וועט זיין רעגירונג פאדערן פון איראנ'ס אמבאסאדאר צו פארלאזן אויסטראליע זאפארט. ער האט אויך געמאלדן אז אויסטראליע וועט דעזיגנירן די איראנער רעוואלוציאנערע גווארדיע וואס איז געשטאנען אונטער די אטאקע אלס א טעראר גרופע.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ