חסד ארגאניזאציע ד'שיכון סקווירא ברייטערט זיך אויס קיין ארץ ישראל: נייעם "חסד שטוב" אין זיוו שפיטאל אין צפת

זונטאג פ' ראה • ל' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער


א הערליכע מעמד קביעת מזוזות איז אפגעהאלטן געווארן אין עיה"ק צפת פארן נייעם "חסד שטוב" וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך די חסד ארגאניזאציע ד'שיכון סקווירא, הארט נעבן די בארימטער זיוו שפיטאל, זייענדיג נאך א רינגעלע אין די מאסיווע פעולות של חסד וואס די חשובע סקווירא עסקנים לייגן אריין יומם ולילה, פאר אידישע קינדער אין שפיטאל, און זייערע באגלייטער וועלכע זענען אנגעוויזן אויף אן אכסניא וואו זיך אפצורוען, בפרט שבתים און ימים טובים.

די מעמד איז פארגעקומען אין שפיץ פון הרה"צ רבי אהרן מענדיל טווערסקי שליט"א בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלכע האט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט אריינגאנג, און איז דערנאך ארומגעוויזן געווארן אין די נייע חסד שטוב, נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד המאורע.

שפעטער איז פארגעקומען די עלעגאנטע מסיבת חנוכת הבית אין די אזמרה זאל אין עיה"ק צפת, ביי וועלכן עס זענען געהערט געווארן שיינע דרשות פון הרב שלום פסח גרינבערג הי"ו מראשי העסקנים פונעם חסד שטוב, העסקן הרב יעקב יוסף גאלדמאן הי"ו, און הרה"צ ר' מענדל מאסקאוויטש רב ביהמ"ד אזמרה אין צפת. צום הויכפונקט האט הרה"צ רבי אהרן מענדיל שליט"א משמיע געווען דברי תורה וברכה, און דערנאך פארטיילט מתנות פאר די געטרייע עסקנים. שפעטער אין טאג איז מען ארויסגעפארן קיין אתרא קדישא מירון ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן א מעמד תפילה ביים ציון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, ווי מען האט געזינגען ניגוני התעוררות און געזאגט מזמורי תהילים, דערנאך איז מען ארויס צום חצר המערה וואו עס איז פארגעקומען עטליכע חאלאקעס ביי די חסידים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל