קרעו שערי שמים: האד' מקרעטשניף סיגעט אין שפיטאל על ערש דווי נאכן ליידן פון ערנסטע סטראוק דעם שב"ק

מוצאי שבת פ' ראה • כ"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און איינרייסן וועלטן לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א וואס איז צוזאמגעפאלן בכניסת השבת קודש ליידנדיג פון שווערן סטראוק ל"ע און געפינט זיך אין גאר א שווערן געזונט צושטאנד על ערש דווי זייענדיג אנגעוויזן אויף תפילות ישראל.

דער רבי איז אוועקגעפאלן לעיני קהל ועדה בשעת הודו פון מנחה ערב שבת בבית מדרשו אין די בית ישראל געגענט אין ירושלים, מען האט תיכף אריינגעפירט דעם רבי'ן אין איילעניש אין די שערי צדק שפיטאל וואו די רעזולטאטן פון די ערשטע טעסטס האבן געוויזן אז דער רבי שליט"א האט געליטן פון אן ערנסטע סטראוק, און די דאקטורים זענען געוועהן געצווינגען ארויפצולייגן דעם רבי'ן אויף א רעספירעיטער צו סטאביליזירן דעם רבינס צושטאנד.

ליידער האט זיך דער מצב בלויז פארערגערט דורכאויס שבת, וואו מען האט אנטדעקט א פרישע אינטרענאל בלידינג, די דאקטוירים האבן דורכגעפירט אן עמערדזשענסי פראצעדור אויפן מוח וואס איז ליידער נישט דורך וואו מען האט זיך געראכטן, און די פראפעסארן דרוקן אויס גרויס זארג פון דעם רבינס מצב, זאגנדיג אז בלויז תפילות ישראל קען העלפן אז דער רבי זאל זיך ארויסזעהן פון דעם שווערן מצב.

היינט מוצאי שבת נאכן זמן האט מען זיך תיכף צוזאמגענימען אין אלע בתי מדרשים דחסידי קרעטשניף סיגעט אין ארץ ישראל מתפלל זיין און איינרייסן ביים שוכן מרומים פאר'ן רבינס געזונט, כחצות הלילה וועט מען זיך צוזאמנעמען אויף א תפילת רבים ביים ציון הק' פון הרה"ק רבי צבי הירש מקרעטשניף זי"ע במרומי הר הזיתים.

דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן זיידא אליעזר זאב בן שפרה לרפואה שלימה והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ