בפרוס ימי הרחמים והרצון: ספעציעלע סדר קבלת קהל ביי האד' מוויזניץ אין מושב 'אורה' נעבן ירושלים עיה"ק

מיטוואך פ' ראה • כ"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: שוקי לרר


מטעם בית מרן אדמו"ר מויזניץ שליט"א, איז געמאלדן געווארן די פריידיגע בשורה טובה, ברוב שבח והודאה להשי"ת, אז טראץ דעם וואס עס איז אריבער א שווערע יאר מיטן רבינס געזונט, קען מען ב"ה מבשר זיין אז דעם רבינ'ס מצב הבריאות פארבעסערט זיך, און אויך היי יאר וועלן די טויזענטער חסידים האבן די זכי' אריינצוגיין צום רבי'ן שליט"א לברך ולהתברך מיט א קוויטל ופדיון נפש לקראת די ימי הרחמים והרצון.

אנדערש ווי אלע יארן ווען דער רבי שליט"א האט זיך מטריח געווען בטילטולא דגברא רבא ארומצופארן אין אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל אויפצונעמען די חסידים, איז אבער היי יאר דא א שינוי אינעם סדר קבלת קהל לאור מצב הבריאות, אז דער רבי שליט"א וועט נישט ארומפארן צווישן די שטעט, נאר די קבלת קהל וועט בעז"ה פארקומען אינעם רבינ'ס אכסניא אין מושב אורה נעבן ירושלים, ווי דער רבי שליט"א וויילט אויף אפרו ביז א שבת פאר סליחות, ווען דער רבי וועט זיך צוריקקערן למעון הקודש אין בני ברק.

מטעם דעם רבינ'ס שטוב איז קלארגעשטעלט געווארן די בקשה ואזהרה, אז היות דער ישוב אורה איז געשטעלט געווארן אלס א פריוואטע שטילע ישוב, און דער פארוואלטונג פונעם ישוב ערלויבט נישט אז עס זאל דארט ווערן א אנלויפעניש פון צופיל פרעמדע מענטשן, און אודאי נישט דורך פריוואטע קאר'ס, דעריבער האט מען מסדר געווען אז אלע חסידים וועלכע קומען זיך קוויטלען, וועלן זיך מוזן איינשרייבן פון פאראויס, און עס וועט זיין צוגעשטעלט באזונדערע טראנספארטאציע לויטן סדר הנרשמים איבער אלע שטעט אין גאנץ ארץ ישראל, און עס וועט בשום אופן נישט זיין ערלויבט, אויף קיין שום פאל, צו קומען מיט פריוואטע קאר'ס, כדי נישט צו זיין קיין חב לאחריני אז דאס וועט חלילה גורם זיין אז די פארוואלטונג פונעם ישוב זאל אפשטעלן די גאנצע סדר קבלת קהל.

אזוי אויך איז שטרענג אנגעזאגט געווארן, אז די אלע חסידים וועלכע קומען צום רבי'ן, זאלן בשו"א נישט צו מאכן קיפקע'ס און שמועסן אינדרויסן אויפן גאס, וואס וועט זיין א אפהאלט פארן סדר קבלת קהל, און קען גורם זיין עגמת נפש פאר די טויזענטער חסידים אשר עינים צפיות חדשים לאנג צו קענען אריינגיין בקודש פנימה. די סדר ימי קבלת קהל וועט בעז"ה פארקומען אין די וואכן פון פרשת שופטים און כי תצא, און ווי דערמאנט וועט דער רבי שליט"א זיך אומקערן למעון קדשו אין שטאט בני ברק לקראת שב"ק פרשת כי תבוא, א שבת פאר סליחות, ווי דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן די געהויבענע חדשי אלול תשרי בקרב עדת קהל צאן מרעיתו, מיט א תפלה צו השי"ת אז ער זאל שיקן א גענצליכע ערהוילונג פארן רבי'ן שליט"א, און מען זאל ווייטער קענען זוכה זיין לחסות בצל הקודש פאר לאנגע געזונטע יארן.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ