ביהמ"ד הגדול גור טוט איינשטעלן נייע סדר מיטן פארקויפן קביעות'דיגע זיצן; פרייזן ביז א מיליאן שקל א זיץ

מאנטאג פ' ראה • כ"ד אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


לקראת די ימים הנוראים הבאים לקראתינו לשלום, איז ארויסגעשטעלט געווארן אין ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים עיה"ק א נייע חידוש'פולע איינשטעל וויאזוי צו ארויסגעבן די זיץ פלעצער אויף די הייליגע טעג, נאכדעם וואס די גערער בית המדרש פארקערפערט איינס פון די גרעסטע חסיד'ישע הויפן איבער די וועלט, ווען צענדליגער טויזענטער חסידים קומען זיך צונויף תחת קורת גג אחד בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, ובפרט ביי די ימים הנוראים, א מספר עצום וואס פארמערט זיך יאר יערליך בליעה"ר, און די הוצאות שטייגן מער און מער.

דעריבער האט דער הנהלת בית המדרש הגדול ארויסגעשטעלט א נייע חידוש'פולע רעיון, צו פארקויפן קביעות'דיגע זיץ פלעצער אין ביהמ"ד הגדול, די פרייזן הייבן זיך אן ביי 100,00 שקל, און די טייערסטע זיצן נאענט צום מקום הקבוע פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א וועט פארקויפט ווערן פאר א מיליאן שקל א זיץ, דערמיט צו קענען באלאנסירן די הויכע קאסטן אויפצוהאלטן אזא בית המדרש הגדול, וואס איז איינס פון די גרעסטע חסידי'שע בתי מדרשים איבער דער גארער וועלט.

גלייכצייטיג ווערט ארויסגעשטעלט א פארלאנג צו כלל חסידי גור, אז יעדער זאל זיך אונטערנעמען מיט איינגעבן חודש'ליכע סומעס פון 230 שקל און ארויף, געוואנדן א יעדער איינער לויט זיין יכולת, וואס דאס זאל דינען אלס מיטל צו פינאנצירן דעם גרויסן בודזשעט אויפצוהאלטן דעם בית המדרש הגדול, וואס דאס אליינס איז ערווארטעט אריינצוברענגען א יערליכע הכנסה פון ארום 23 מיליאן שקל פארן בדק הבית פונעם בית המדרש הגדול.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ