אדמת קודש: האד' מביאלא בני ברק וויילט אויף אפרוה אין "ביאלא הויף" סמוך ונראה לקברי אבותיו הק' אין שטאט פשיסחא

מוצאי שב"ק פ' ואתחנן • ט"ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


ווי יאר יערליך האט זיך כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א ארויסגעלאזט אויף אפרוה צום מקום משכן אבותיו הקדושים אין עיר האבות פשיסחא אין פולין.

ווי באקאנט האט דער רבי שליט"א אויפגעטוהן גדולות ונצורות להחזיר עטרה ליושנה אין די הייליגע שטאט פשיסחא אינעם אלטן היים, מקום אשר זרח אורם פון צדיקי בית פשיסחא לדורותיהם, ובראשם זקינו הגדול ראש שושלתא דדהבא די יהודי הקדוש פון פשיסחא זי"ע, צו וועם דער רבי שליט"א ציהט זיין הייליגן יחוס דור אחר דור.

מיט עטליכע יאהר צוריק האט מוסדות ביאלא בני ברק אהערגעשטעלט 'דער ביאלער הויף' וואס דינט אלס הערליכן הכנסת אורחים סמוך ונראה צום אור אלטן בית החיים אין פשיסחא, וואו עס איז צוגעשטעלט בכל עת וזמן ברייטהארציגע אש"ל, פאר די פילע שיירות וואס געפינען זיך אויף די מקומות הקדושים אין פולין דורכאויס די יאהר, און קומען קיין פשיסחא פוקד זיין די ציונים פון די הייליגע ציונים, וואו זיי טוען גלייכצטייג נהנה זיין פון די ברייטע הכנסת אורחים דורך די 'ביאלער הויף', וועלכע שטעלט צו א ביהמ"ד, מקוה טהרה, נארהאפטיגע מאלצייטן מיט א מהודר'דיגן הכשר, כיד המלך, אלעס ביד רחבה.

דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומעדיגע וואכן בנאות דשא אינאיינעם מיט די מקורבים און בני המשפחה, בביתו נאווה קודש וואס געפינט זיך ביים שטח פון די הכנסת אורחים אין פשיסחא, און דערביי זיך אנשעפן פרישע כוחות דשנים ורעננים לקראת די ירח האיתנים הבאים עלינו לטובה, און אין די זעלבע צייט זיך אויסבעטן א שנת גאולה וישועה ביי די קברי אבות.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ