רעקארד ברעכנדע ציפער פון 68 חתונות וועלן אפגעראכטן ווערן אין די קומענדיגע וואכן אין די פאנאוויזשער ישיבה אין בני ברק

דאנערשטאג פ' ואתחנן • י"ג אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין די טעג ווערט אפגעצייכנט היסטאריע אין די גרויסער פאנאוויזשער ישיבה אין בני ברק, ווען אנגעהויבן פון דעם מאנטאג י' אב, אויפצומארגנס פון תשעה באב, ביז ענדע חודש אב וועלן אפגעראכטן ווערן אכט און זיבעציג חתונות בליעה, בלויז פון תלמידים פון די פאנאוויזשער ישיבה אין בני ברק.

די אלע בחורים זענען געווארן חתנים אין די לעצטע חדשים, וואס באדייט אז אין א צייט אפשניט פון בלויז 17 טעג וועלן 68 בחורים גיין אונטער'ן חופה, ווען די גרעסטע צאל חתונות אין איין טאג איז ניין חתונות!

לויט ווי די תלמידי הישיבה געבן איבער איז יעדעס יאר דא מער חתונות אין לויף פון חודש אב, אבער די היי יעריגע ציפער פון אכט און זעכציג חתונות איז רעקארד ברעכנד און דאפלט ווי די מספר פון חתונות פאריאר. דאס קומט צוליב די תקנה וואס דער ראש הישיבה מרן הגאון הרב שך זצ"ל האט איינגעפירט פאר צענדליגער יאר צוריק, אז מזאל נישט באשטימען קיין חתונות אום חודש אלול, כדי צו האלטן דעם פרישן "אלול זמן" ווען מגרייט זיך צו די הייליגע טעג, רואיג צו זיך קענען אוועקגעבן פאר תורה אן דארפן ארומלויפן אויף חתונות פון קרובים אדער חברים יעדע נאכט.

אנדערש ווי עס איז איינגעפירט ביי חסידים וואו עס איז באוואוסט דער הייליגער מימרא פון מרן הרה"ק בעל דברי חיים מצאנז זי"ע אז: "א חתונה אין חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די הייליגע טעג".

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ