הנה ימים באים: חסידי סקווירא ציילן די טעג צום היסטארישן "שבת חנוכת קרית סקווירא" שב"ק ראה

דינסטאג פ' ואתחנן • י"א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


אן עקסטאז פון התרגשות עילאה פלאמט ביי חסידי סקווירא שפאנענדיג נענטער צום היסטארישן געשעעניש בקורות ק"ק סקווירא ווען ס'וועט דעם קומענדיגן שב"ק פר' ראה בשעטומ"צ באנייט ווערן דער נייער קרית מלך רב, "קרית סקווירא" אין בעטאל ניו יארק, וואס וועט געפראוועט ווערן בראשות מלכם ומאורם ומייסד הקרי', כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

די נייע "סקווירא שטעטל" טרייבט אויף די שפאנונג פון חסידי סקווירא די לעצטע פאר יאר, זינט דער רבי שליט"א האט זיך אריינגעלייגט אינעם הייליגן ברייט פארצווייגטן אונטערנעמונג צו גיין מחיל אל חיל, און מקים זיין די נייע צווייטע שטעטל פאר חסידי סקווירא, ממשיך זיין בקדושה עליונה על דעתו וכוונתו פון אביו הרה"ק מסקווירא זי"ע, אז ס'זאל זיין אוועקגעשטעלט אויף די הייליגע יסודות איתנים און דרך המסורה לצדיקי בית סקווירא און טשערנאביל לדורותם, אן עיר גדולה לאלקים פאר חסידי סקווירא נאכדעם וואס די הייליגע שטעטל שיכון סקווירא איז שוין שטארק אויסגעוואקסן און קען שווערליך אקאמאדירן דעם בליענדן שנעלן וואוקס בליעה"ר.

חסידי סקווירא רייבן זיך די אויגן און גלייבן שווער וואס מ'לעבט יעצט מיט, אז קרית סקווירא איז שוין אט-אט א פאקט! און אין די יעצטיגע וואכן ווערן שוין פארענדיגט די לעצטע איינריכטונגען אין די ערשטע פאזע פון דירות, און מ'טוט שוין אינסטאלירן די גאז און עלעקטריק, און די רחובות קרי', די לאקאלע ראודס ווערן שוין געפלאסטערט און צוגעגרייט פאר די גליקליכע נייע ערשטע תושבי הקרי', וואס וועלן זיך אהין אריינציען בקרוב ממש.

אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך מיט פיבערהאפטיג הכנות צום היסטארישן "שבת חנוכת הקרי'", שב"ק פר' ראה, וואס מ'וועט זוכה זיין אז דער מייסד הקרי' דער רבי שליט"א וועט מעריך זיין די שבת ראשונה אינאיינעם מיט די נייע תושבים און די נגידים בעם וואס שליסן זיך אן מיט 26 טויזנט דאלאר און העכער למען הקמת הקרי'.

לויט די ערשטע באשטעטיגטע פלענער, וועט דער רבי שליט"א אנקומען אין קרית סקווירא דאנערשטאג ראה שפעט נאכמיטאג, און ביינאכט וועט פארקומען א מעמד נרגש "קבלת פנים" בלויז פאר די תושבי העיר, און דערנאך וועט דער רבי שליט"א קובע זיין מזוזות אין ביתו נאוה קודש אינעם שטעטל.

דער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אויף א גרויסן פארנעם ובקדושה עילאה אינעם נייעם בית גדול וקדוש וואס ווערט יעצט פערטיג כליל בהדרו צו זיין גרייט אויפ'ן היסטארישן שבת.

זונטאג שופטים וועט פארקומען א מעמד "הכנסת ספר תורה", אריינגעגעבן דורך הרבני הנגיד ר' שמואל אברהם ברייער לע"נ אמו, און נאך די ריקודין עילאין אינעם ביהמ"ד החדש, וועט פארקומען א גראנדיעזע חגיגה "חנוכת הבית" אינאיינעם מיט א סעודת ר"ח וסעודה לגומרה של תורה, אינאיינעם מיט אלע תושבים ונגידים בעם אויף א רייכן פארנעם.

מזמור שיר חנוכת הבית לדו"ד

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ