האד' מוויזניץ וועט אפרייזן אויף א קורצע נסיעה קיין מינכן – דייטשלאנד לצרכי רפואה

מאנטאג פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


די קומענדיגע וואך זונטאג פ' עקב וועט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ארויספארן א קורצע נסיעה קיין דייטשלאנד לצרכי רפואה, דאס קומט נאך וואס דעם רבינס מצב האט זיך עטוואס שטאביליזירט נאך די קאמפליצירטע אפעראציע אין לאס אנדזשעלעס ארויסצושניידן די געוויקס וואס האט געפלאגט דעם רבי'ן ל"ע. נאכדעם וואס די דאקטוירים אין ארץ ישראל האבן בודק געווען און דורכגעפירט אלע נויטיגע אונטערזוכונגען, האבן זיי באשטימט דורכצופירן א סעריע ראדיאציע באהאנדלונגען וואס וועט האפענטליך ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן אז דער רבי זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש בלי שום מיחוש וכאב כבשנים קדמוניות.

אט פאר דעם באהאנדלונג איז אויסגעקליבן געווארן איינע פון די מערסט פארגעשריטענע שפיטעלער אין מינכן דייטשלאנד וואו מען וועט דורכפירן די באהאנדלונג באגלייט דורך וועלט בארימטע דאקטוירים ריזן אין דעם פעלד, וועלכע האבן שוין באהאנדלט מערערע גדולי ישראל אינעם פארגאנגנהייט און וועלן אצינד באהאנדלען דעם רבי'ן און פארזיכערן אז דער פראצעדור גייט אריבער כשורה, מיטן הפאענונג אז די רבי שליט"א וועט זיך קענען אהיימקערן נאך בעפאר שבת קייץ ארץ ישראל, און קומען צוריק צו די כוחות.

כלל ישראל איז מעתיר בתפלה ותחנונים אז אלעס זאל דורכגיין כשורה, און דער רבי שליט"א מרן ישראל בן לאה אסתר, זאל שוין גענצליך ערהוילן און צוריקקומען לאיתנו הראשון און ווייטער קענען משפיע זיין פאר עדת צאן מרעיתו וכל בית ישראל, והן קל כביר לא ימאס תפלת רבים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ