האד' מראחמיסטריווקא וועט אנקומען אויף א בליץ באזוך אין לעיקוואד מנחם אבל צו זיין הנגיד ר' מרדכי פארהאנד הי"ו

מאנטאג פ' ואתחנן – י' אב תשפ"ה


מטעם בית כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א וועט היינט מאנטאג ארויספארן קיין אמעריקא, אויף א בליץ באזוך פון בלויז צוויי טעג מנחם אבל צו זיין ביי מקורבו הרבני הנגיד ר' מרדכי פארהאנד הי"ו פון וויען, פון די עמודי התווך פון מוסדות ראחמיסטריווקא און קביעות'דיגע בעל אכסניא פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א אין וויען, וואס האט זיך געזעצט שבעה נאך די פריצייטיגע פטירה פון בנו הנגיד ר' נפתלי משה פארהאנד ז"ל פון לעיקוואד, וואס איז נפטר געווארן אין בלויזן עלטער פון פיר און פופציג יאהר נאך א שווערע קרענק ל"ע.

מזה בן מזה איז דער נפטר הרה"ח ר' נפתלי משה ז"ל זעלבסט געוועהן א תומך נלהב פון די ראחמיסטריווקא מוסדות, גייענדיג אין די דרכים פון זיין חשובן טאטן יבלחט"א ר' מרדכי הי"ו מגדולי תומכי ומחזיקי תורה.

דער רבי שליט"א וועט זיך ארויסלאזן פון ארה"ק היינטיגן מאנטאג באנאכט, און וועט זיך אויפהאלטן אין לעיקוואד פאר די נאכפאלגנדע צוויי טעג. די אכסניא אין לעיקוואד וועט זיין אין שטוב פון הנגיד ר' משה סאפיר הי"ו. מיטוואך נאכמיטאג נאכן אויפשטעלן די אבלים פון די שבעה וועט זיך דער רבי אומקערן למעון קדשו אין עיה"ק ירושלים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הושענא נפש מבהלה: האד' מתולדות אברהם יצחק אדורך עמערדזשענסי הארץ-פראצעדור אין שפיטאל