יחד שבטי ישראל: לעצטע הכנות צו היסטארישע פאראייניגונג ביי אסיפת גדולי ישראל אין ירושלים איבער גזירת הגיוס

דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל: די אויגן פון כלל ישראל איז געוואנדן צום פלטרין של מלך ירושלים עיה"ק וואו עס ווערן שוין געמאכט די לעצטע הכנות צו די היסטארישע ערשטמאליגע "אסיפת גדולי ישראל" וואס וועט אין ערשטמאליגע ערשיינונג פאראייניגן תחת קורת גג אחד הונדערטער אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן, כולם נקבצו ויעשו כולם אגודה אחת צו באהאנדלען די ביטערע גזירת הגיוס וואס לויערט אויף אחינו בני ישראל תושבי ארץ הקודש.

די היסטארישע אסיפה וועט פארקומען אינעם "סאקויא" זאל נעבן ירושלים, און ס'ווערט יעצט אויסגערישט מיט הונדערטער זיץ ערטער פאר די השתתפות כבוד פון די הונדערטער גדולי תורה וחסידות ומנהיגי עדת ישורון פון אלע חסיד'ישע קרייזן, וואס וועלן אינאיינעם מטכס עצה זיין און באהאנדלען די תכסיסי מלחמה אפצושלאגן די גזירה נוראה, און אוועקשטעלן די פאראייניגטע קלארע הוראה ודעת תורה הבהירה אז קיין שום בחור טאר זיך נישט צום טמא'נעם מיליטער!

אין לויף פונעם היינטיגן טאג, ערב האסיפה, איז די משלחת פון ראשי ישיבות ארויף צו די לעצט פארבליבענע בתי אדמורי"ם ורבנים וואס מ'האט נאכנישט געהאט עספיעט צו לאדענען אין לויף פון די לעצטע וואך, ווען די משלחת איז אנגעקומען צו די שטובער פון די הונדערטער אדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות מדן ועד באר שבע, איבער די לענג און ברייט פון גאנץ ארץ ישראל. באזונדער זענען גערופן געווארן עטליכע פון די סאמע גרעסטע גדולי ישראל פון די ליטווישע און ספרד'ישע קרייזן צו קומען אנטייל נעמען אין דעם כנסיה לשם שמים.

לויט ווי ס'ווערט איבערגעגעבן מטעם די עסקנים, וועט זיין א שטרענגע וואך פון סעקיוריטי ביים זאל, און מ'וועט נישט אריינלאזן, מיט'ן אויסנאם די רבנים מיט זייערע משמשים, וואס האבן באקומען ספעציעלע איינטריט-קארטלעך.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ