נסים לאבותינו: רוישיגע הכנות צו 'פינף' מעמדים גדולים "סעודת מוצש"ק נחמו בחצרות כ"ק האדמורי"ם לבית סקולען שליט"א

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


מיט פייערליכע התרגשות של שמחה גרייטן זיך אלפי ישראל צום פייערליכן סקולענע "סעודת הודאה" מוצש"ק נחמו, צו פייערן דעם יום הצלה פון די רועי החסידות לבית סקולען זי"ע, וואס וועט היי-יאר ווידער אפגעראכטן געווארן בכל עיר ועיר, בראשות כ"ק האדמורי"ם לבית סקולען וואס וועלן מעריך זיין דעם שלחן הטהור פאר קהל עדתם און מאסן חסידים ואנשי מעשה וואס וועלן קומען מיטלעבן די געהויבענע שעה'ן להודות ולהלל בתופים ומחולות.

עס ליגט נאך גוט אין זכרון די ווייטאגליכע געפילן ביים פאריעריגן מוצש"ק נחמו, ווען מ'האט ליידער נישט זוכה געווען צום מלך ביפיו תחזנה, אז כ"ק אדמו"ר בעל ישועת יעקב מסקולען זצוק"ל, וואס אף הוא היה באותו הנס, האט נישט געפראוועט די לעצטע מוצש"ק נחמו עלי אדמות, זייענדיג דאן זקוק לרחמי שמים מרובים, און ביי די מעמדי הודאה אומעטום, האט מען דאן מעתיר געווען בתפלה פאר'ן רבי'ן ז"ל, ווען ליידער איז די שערי הרחמים געווען געשלאסן, און עטליכע וואכן דערויף הוסר העטרה און דער רבי איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה.

היי-יאר וועט די סעודת הודאה אין בארא פארק טראגן א באזונדערע באדייט אום מוצש"ק נחמו, ווען מ'וועט זיך מנחם ומשמח זיין בצלם פון די ממשיכי דרכו בקודש, בניו כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א און כ"ק אדמו"ר מישועת יעקב סקולען שליט"א, וואס וועלן בשבת אחים אפרעכטן די סעודת הודאה אין א ריזן זאל אין שטאט בארא פארק, וואס מ'מאכט יעצט די לעצטע אראנזשירונגען צו מסדר זיין אלע דעטאלן צו אקאמאדירן דעם ציבור האלפים.

כ"ק אדמו"ר מסקולען וויליאמסבורג שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת הודאה, שבת נחמו, אין קרית יטב לב בלומינגבורג, און אפרעכטן אלע תפילות און טישן אין די זאלן פון "עטרת פעסיל לאה", ווען דער קלימאקס וועט זיין די סעודת הודאה בתופים ומחולות מוצש"ק מיט'ן השתתפות פון מאסן חסידים ומעריצים ותושבי העיר, און ספעציעל איז ערווארטעט די מאסן שטראם פון די קעטסקילס ראיאן.

אין מאנסי וועט די סעודת הודאה אפגעראכטן ווערן בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א ה ברון שיר ושבח בבית מדרשו אין שטאט מאנסי, און וועט זיין א זמן קהלה לכל, די הונדערטער חסידים און תושבי העיר וועלכע וועלן מיטלעבן די פייערליכע שעה'ן פון יודו לה' חסדו.

אין שטאט לעיקוואד וועט די סעודת הודאה געפייערט ווערן מיט געהויבנקייט בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א, אין סקולענער ביהמ"ד וואו עס איז ערווארטעט א גרויסער ציבור חסידים ואנשי מעשה, להודות ולהלל און מעלה זיין תוקפו של נס.

אין ארץ ישראל וועט ווי יאר יערליך אויך היי יאר אפגעראכטן ווערן די גרויסארטיגע סעודת הודאה בראשות כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, ובתוך רבים אהללנו, וועט גראנדיעז געפייערט ווערן די סעודה גדולה בתופים ומחולות.

די עסקנים זענען העפטיג אריינגעטאן אין א זוכעניש אויף א פאסיגן ריזן לאקאל, נאכדעם וואס די פאריעריגע פלאץ, דער אודיטאריום הגדול אויף רחוב מנחת יצחק, איז שוין אויך געווען צר מהכיל צו אריינעמען דעם איבערפלוס פון טויזנטער משתתפים, קוקט מען יעצט ארום אויף אנדערע גרעסערע אפציעס, צווישן זיי דער גיגאנטישער בית וויזניץ אין בני ברק, וואס ווערט ערנסט גענומען אין באטראכט צו דינען אלס היי-יעריגע אכסניא פאר די צענטראלע סקולענע סעודת הודאה אין ארה"ק, וואו אלופי אלפי ישראל וועלן זיך משמח זיין לכבוד היום עד אור הבוקר.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ