רחמים שאלו: מצב הבריאות ביים פילידעלפיע ראש הישיבה הגר"ש קאמינעצקי דערקלערט 'קריטיש'

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


קרעו שערי שמים: כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און איינרייסן רחמי שמים מרובים לרפואתו השלימה פונעם זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי שמואל קאמינעצקי שליט"א ראש ישיבת פילאדעלפיע און חבר מועצת גדולי התורה וועמענס מצב האט זיך שטארק פארערגערט דורכאויס שבת, דאקטוירים האבן דערקלערט דער מצב "קריטיש", און זאגן אז בלויז תפילות ישראל קען העלפן.

די פילידעלפיע ראש ישיבה וועלכע איז שוין אלט אריבער די הונדערט יאר בלי עין הרע לאורך ימים ושנים איז אין די לעצטע תקופה געוועהן שטארק אפגעשוואכט, און זיין מצב איז עטליכע מאל שווער שמאל. דעם לעצטן פרייטאג איז די ראש ישיבה ווידער אריינגעפירט געווארן צום איי. סי. יו. אפטיילונג אין שפיטאל נאך פרישע קאמפליקאציעס וואס האבן זיך געשאפן די לעצטע טעג.

אין אלע היכלי התורה והישיבות אין אמעריקא קומען פאר עצרות תפילה און מניני תהילים לרפואתו השלימה פונעם ראש ישיבה מרן שמואל בן איטא עטיל בתוך שאר חולי ישראל.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ