איש דורות ראו: שמחה אינעם באיאנער הויף מיט געבורט פון ערשטער אור אייניקל ביי האד' מבאיאן

זונטאג פ' דברים • ב' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש


חסידי באיאן בכל מקום שהם האבן זיך היינט געוואונטשן מזל טוב לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים, ווען די נאכט איז געבוירן געווארן דער ערשטע דור רביעי אן אור אייניקל ביי רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א.

דער אבי הבת איז הרב אברהם דוד אייכנשטיין שליט"א א זוהן פון חתנא דבי נשיאה כ"ק האדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא שליט"א, און אן איידעם ביי הרה"צ ר' יעקב שמשון ארנסטר שליט"א זוהן פון הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א און אן איידעם ביי הגה"צ רבי מאיר כץ ראש כולל ש"ס עיון אין רמת וויזניץ.

די שמחה וואס רופט אויס אינערליכע רגשי הלב ביי באיאנער חסידים אומעטום, שטייענדיג גענוי א יאהר זינא די גרויסער חתונה וואס איז געפראוועט געווארן חודש אב תשפ"ד אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית וויזניץ בני ברק, איז דער רבי שליט"א אצינד זוכה זוכה צו זעהן וואו דער גאלדערנע קייט ציעט זיך נאך א דור ווייטער לשם ולתפארת, איש דורות ראו עיניו.

יודעי דבר אין באיאן צייכענען צו דער היסטארישער פאקט אז כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א איז דער ערשטע רבי אין די גזע קודש לבית רוזשין-באיאן וואס איז זוכה צו זיין אן עלטער זיידע בליעה"ר וואס איז אמאל געוועהן א זעלטענע ערשיינונג.

די שמחת הקידושא רבה וועט פארקומען דעם שב"ק פ' דברים – חזון אין קלויז הגדול דחסידי באיאן אין ירושלים ברוב הדרת מלך, מיט די באטייליגונג פון טויזנטער חסידים און געסט פון אלע שטעט איבער גאנץ ארה"ק.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ