מיטוואך פ' מטות מסעי • כ"ז תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
נעכטן דינסטאג אויפדערנאכט איז אפגעהאלטן געווארן בחצר הקודש סאסוב אן ערשטמאליגער צוזאמקום פאר אלע הונדערטער נשים צדקניות, וועלכע האבן זיך צונויפגעזאמלט על פרי קריאת הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק האדמו"ר מסאסוב שליט"א, זיך מחזק צו זיין בענינים הצריכם חיזוק וואו קדושה צנעיות און חינוך.
די אסיפה איז פארגעקומען אין א גרויסער זאל אין שטאט בני ברק וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען די הונדערטער נשות הקהילה און עלטערע מיידלעך פון בני ברק און פון אויסער די שטאט.
נאך א גאר תוכנ'פולע פראגראם פון רעדעס און פרעזענטאציעס איז כ"ק האדמו"ר מסאסוב שליט"א ערשינען אינעם זאל און האט צוגעטרעטן צום מיקראפאן אונטער א מחיצה און אנגעהויבן די דרשה נלהבה וואס האט זיך פארצויגן אויף נאנט א שעה צייט, מלא חיזוק והדרכה, בין אדם לחבבירנו, עניני חינוך הבנים והבנות און די פליכט פון א אידישע מאמע, וואס די פארזאמלטע האבן אויסגעהערט מיט א געוואלדיגע ערנסטקייט.
נאך די דברות קודש איז פארטיילט געווארן גאנץ ספר תהילים צווישן אלע פארזאמלטע נשים צדקניות, און דערנאך האט דער רבי שליט"א – במעמד פון א מנין מצומצם – פארגעזאגט די יהי רצון און שלש עשה מידות מיט גרויס התעוררות והשתפכות הנפש.