דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בחיל ורעדה האבן אלפי חסידי וויזניץ היינט אויפגענומען דעם היסטארישן מכתב קודש וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט אפגעשריבן בכתב יד קדשו, נאכפאלגנדיג די גרינדונג פונעם "הצלת קרן עולם התורה" דחסידי וויזניץ, אין ליכט פונעם שווערן מצב אויפ'ן עולם התורה בארה"ק.
ווי שוין ברייט באריכטעט איז שוין אפגעהאלטן געווארן אן אסיפה דחופה בביתו נאוה קודש פונעם וויזניצער רבי'ן אין מושב אורה, אינאיינעם מיט אלע ראשי הכוללים והישיבות פון די וויזניצע תורה אימפעריע, וואו ס'איז באותו מעמד געגרינדעט געווארן דער הצלת קרן עולם התורה צו פינאנצירן די ישיבות און כוללים און זיי ראטעווען פון פינאנציעלע צוזאמענבראך.
אצינד איז דער רבי שליט"א אין אן אויסנאמליכע שריט ארויס מיט א מכתב קודש, מרישא גמירא געשריבן בכתב יד קדשו, אנדערש ווי געווענליך ווען דער רבי טוט בלויז חתמ'ן די בריוו, וואו ער רופט נגידים ובעלי יכולת אנטיילצונעמען ביים אן אסיפת חירום וואס ער פאררופט אין די קומענדיגע וואכן אין מושב אורה, וואו מ'וועט אינאיינעם אוועקשטעלן א קראנטן בסיס פאר'ן נייעם קרן.
אינעם מכתב קודש ברענגט דער רבי ארויס אז די וויי געשריי פון אברכי אנ"ש און זייערע משפחות "אין נותנים לי מנוח" און דעריבער איז "בקשתי ותחנתי לכל מי שביכלתו" לעמוד לימין התורה און אפקויפן א זכות "אברך לשנה" און זיך באטייליגן ביי די אסיפה וואס ער פאררופט, אויסגעפירט מיט ווארעמע ברכות לכל המשתתפים והמנדבים.