דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
עס איז נארוואס געווארן באשטעטיגט אז אין אן ערשטמאליגע זעלטענע ערשיינונג וועט כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א אריבערפארן אויף דעם שבת פר' מטו"מ, שבת ראש חודש אב, צום שכנות'דיגן קרית מלך רב "שיכון סקווירא" און מיטלעבן א שבת קדישא בצלא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.
דער קשר אמיץ וחזק צווישן חצרות הקודש סקווירא און סקולען גייט שוין צוריק פילע יארן, און באזונדער איז דאס מוסיף והולך ביי כ"ק האדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, וועלכער קומט צו פארן בכל עת מצוא מיטצוהאלטן מאורעות בצל קדשו פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, און קומט אפט אריבער אפרעכטן ביקורי קודש און זיך פראווען ביים סקווערער רבי'ן, צווישן וועם עס הערשט א ידידות גדולה כמים פנים אל פנים, זייענדיג דערמיט ממשיך דעם קשר עליון דאורייתא וואס איז געווען צווישן דעם רבי'נס זיידע, הרה"ק בעל נועם אליעזר מסקולען זצ"ל וועלכער פלעגט אפט קומען להסתופף ביי הרה"ק מסקווירא זי"ע און ביי להבחל"ח בנו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. ספעציעל באקאנט איז ווען דער נועם אליעזר האט מיטגעהאלטן דעם 'אונטערשטן שבת', די לעצטע שבת ווען דער סקווערער רבי זצ"ל האט געפראוועט אין שטעטל איידער'ן הסתלקות.
און אזוי ווייטער במשך אלע יארן זענען אדמורי"י בית סקולען געקומען צו פארן קיין סקווירא און אריין בקודש פנימה כעבדא קמי' מרא, זיך מזכיר געווען מיט א קוויטל, משתתף געווען ביי די טישן, און כסדר געקומען אויף שמחות אינעם רבי'נס הויף.
אצינד האט דער סקולענער רבי פון מאנסי אויסגעדרוקט רצון קדשו צו קומען מיטלעבן א "שבת" ביים סקווערער רבי, צו מיטהאלטן אלע תפילות און טישן בצל הקודש, און עס ווערט יעצט געמאכט די פאסיגע אראנזשירונגען מקבל פנים צו זיין דעם אורח הדגול, וואס וועט ביותרת הכבוד אויפגענומען ווערן און מכובד ווערן אין לויף פונעם גאנצן שבת כערכו הרם.
דער רבי וועט גלייכצייטיג אויסנוצן די געלעגנהייט און מזכה זיין תושבי שיכון סקווירא לטובת די מוסדות הקדושים "חסד לאברהם" המתנוסס לתפארה אין שטאט קדימה אין ארץ ישראל, און שטייט בנשיאותו, וואו עס ווערט געפלאנט א מסיבה לנגידים אין סקווירא שטעטל ארויסצוהעלפן דעם הייליגן צוועק להצלת נשמות ישראל.
מער פרטים איבער'ן געהויבענעם שבת וועט נאכפאלגן.