זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו צוויי יאהר דער אויסברוך פונעם מלחמה אין ארץ ישראל, איז כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א ארויסגעפארן היינטיגן זונטאג אויף אפרוה קיין קיסריה.
ווי באקאנט פלעג דער רבי יעדעס יאר ארויספארן לביתו נאווה קודש אין קיסריה אנהייב חודש אייר, און שפעטער זיך צוריקצוקערן קיין קרית צאנז אינמיטן חודש אב ווען מען הייבט אן דעם אלול זמן אין די ישיבות הקדושות דחסידי צאנז.
צוליב די שווערע אושטענדן און די נאכווייען פון די מלחמה אין ארה"ק, האט זיך דער רבי שליט"א אנטזאגט פון ארויספארן אויף וואקאציע דורכאויס די גאנצע תקופה, שפירנדיג מיטלייד מיט די פארכאפטע משכונות און זייערע פאמיליעס, און בכלל האט דער רבי נישט געוואלט ארויספארן אויף אפרוה ווען עס הערשט אן אנגעצויגנקייט אין לאנד, נישט וואוסנדיג מה ילד יום.
אצינד האט דער רבי נאכגעגעבן די הפצרות פון די נאנטע מקורבים ארויסצופארן און זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו די הייליגע טעג, בפרט נאך די אנגעשטרענגטע תקופות וואס האט געשאדט צום רבינס געזונט.
ווי געזאגט איז דער רבי היינט ארויסגעפארן קיין קיסריה – נישט ווייט פון נתני', די רבי וועט דארט פארוויילן דורכאויס די וואכן פון מטות–מסעי, דברים און ואתחנן.