זונטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
א פייער האט אויסגעבראכן דעם שבת באנאכט אין די נאראלער ביהמ"ד אין בני ברק, אין די צייט וואס כ"ק אדמו"ר מנאראל שליט"א האט געפראוועט די סעודת שבת אין זיין דירה אונטערן ביהמ"ד אינאיינעם מיט די זרע ברך ה', צענדליגער אייניקלעך און איר אייניקלעך בליעה"ר וועלכער האבן דעם שבת מיטגעהאלטן די יערליכע שבת התאחדות וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ מיט די אייניקלעך.
די פייער האט זיך אנגעהויבן ביי די לעכט ביים עמוד אין ביהמ"ד, און האט זיך אנגעהויבן צו פארשפרייטן ארום, פאראורזאכנדיג א שרעקליכע רויעך אין די גאנצע ביהמ"ד. בחסדי שמים האט מען באצייטנס באמערקט די פייער, און די פייערלעשער האבן געברעגנט די שריפה אונטער קאנטראל. אלע ספרי תורה זענען ארויסגעראטעוועט געווארן באצייטנס, און עס האט נישט פאסירט קיין גרויסע שאדן פאר די היכל ביהמ"ד זעלבסט.
דער רבי שליט"א איז אריבערגעפירט געווארן צו אן אנדערע דירה אז די שווערע רויעך און פייער גערוך זאל איהם נישט שאטן, און שלש סעודות און מלוה מלכה האט דער רבי געפראוועט אין ביהמ"ד ווי געווענליך.