השתדלו והרבו תחינה: הגה"צ רבי משה זאב זארגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים אנגעוויזן אויף רחמי שמים

דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


כלל ישראל ווערט גערופן צו מתפלל זיין און מעורר זיין רחמי שמים, לרפואת הגאון הצדיק רבי משה זאב זארגער שליט"א דומ"ץ סאטמאר ירושלים בעל "וישב משה", וועלכער האט ליידער געליטן פון א סטראוק ה"י, און געפונט זיך אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען.

דער רב שליט"א האט געליטן די סטראוק פארלאפענעם וואך ווען ער האט ער זיך נישט גוט געשפירט און איז פלוצלינג צוזאמגעפאלן, פאר עטליכע טעג איז ער געלעגן באוואוסטלאז אין שפיטאל, ביז דעם אנהייב וואך ווען ער האט זיך בחסדי שמים ערוועקט און רעאגירט צו די ארומיגע.

דער רב שליט"א איז נאך אנגעוואנדן אין א גרויסע ישועה זייענדיג שטארק אפגעשוואכט אויף א שווערע פארנעם, און איז ערווארטעט צו פארבלייבן אין שפיטאל נאך עטליכע טעג. אידישע קינדער ווערן געבעטן צו דאווענען לרפואתו, הגאון ר' משה זאב בן שרה לרפואה שלימה במהרה.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ