איבערראשנדע הוראה פון האד' מאמשינוב פאר אלע חסידים, "ביי הזכרות פאר שידוכים שרייבט מען שמו-שמה ושם האב"

דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: JDN


למטה אבותם: ביי חסידי אמשינוב איז דאס געשפרעך פון טאג א מערקווירדיגע הוראה און הנהגה פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א, וואס איז נארוואס נתגלה געווארן, אז ביי א הזכרה פאר א שידוך, דערמאנט מען דעם נאמען ושם האב, אנדערש ווי אנגענומען מ'שרייבט געווענליך ביי הזכרות, שם האם.

די נייע גילוי איז באקאנט געווארן נאכדעם וואס דער רבי שליט"א האט א שטיק צייט צוריק אויפגעברענגט ביי א שיחת קודש אויף א פריוואטן פארנעם מיט די נאנטע מקורבים, איבער פארשידענע הוראות און סגולות פאר אידן וואס קוקן ארויס געהאלפן צו ווערן מיט שידוכים פאר די קינדער, האט דער רבי בין הדברים דערמאנט אז ווען מ'איז מתפלל פאר א שידוך, אדער ווען מ'שרייבט א הזכרה, א קוויטל, וכדומה, שרייבט מען דעם נאמען פונעם בחור אדער מיידל, מיט'ן "שם האב", און נישט מיט'ן שם האם, אנגעבנדיג אז היות דער גאנצער ענין פון שידוכים האט שייכות מיט יחוס, וואס כלל ישראל איז זיך מייחס דור אחר דור ביז אברהם יצחק ויעקב מיט די שם אבותם, בן אחר בן, דעריבער קומט ביי שידוכים צו מזכיר זיין בשם האב.

אין די נאכפאלגנדע טעג איז דעם דעת קדשו פונעם רבי'ן איבער דעם ענין ביסלעכווייז באקאנט געווארן צווישן די חסידים, און ס'איז געווארן א שטארקע נושא ווען דער ציבור וויל וויסן צי מ'זאל זיך טאקע אזוי פירן, און ווען מ'איז אריין בקודש פנימה אנפרעגן דעם רבי'ן דערוועגן, האט דער רבי געזאגט אז יא, עס איז א הוראה אויף למעשה פאר יעדן איינעם.

הדבר יצא מפי המלך, און ס'איז געווארן שטארק איינגעפירט באופן קבוע ביי אלע אידן וואס גייען אריין בקודש פנימה צום אמשינוב'ער רבי'ן מיט קוויטלעך, און סיי וואס רופן אן מיט הזכרות דורכ'ן טעלעפאן, ווען דער נושא איז "שידוכים וזיווגים הגונים", איז דאס בלויז מיט'ן טאטנ'ס נאמען.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ