דינסטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
א כוואליע פון פרייד נעמט ארום חברי קהילה קדושה אמונת ישראל אין עיה"ק ירושלים, ווערנדיג נתבשר איבער די פריידיגע אפקויף פון א משכן קבע פארן ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל, בדרכו הטהורה פונעם אומפארגעסליכן משגיח הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל זצ"ל.
די בשורה מרנינה טראגט א היסטארישע דערגרייכונג אין קהלת אמונת ישראל – ירושלים, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן מיט אריבער צוואנציג יאהר צוריק און האט ביז היינט נישט פארמאגט אן אייגענעם ביהמ"ד, נאר מ'האט זיך איבעראל באנוצט אין געדינגענע לאקאציעס.
אצינד איז מען ענדליך זוכה צו קומען אל המנוחה ואל הנחלה, ווען מען גרייט זיך בברכתו ובהכוונתו פון הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א צו שליסן מקח אויף א מקום רחבת ידיים אינעם ריזן געביידע פון די ברסלובער ביהמ"ד אויף די גבעת משה גאס הארט נעבן ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא, ווי די אויבערשטע דריי שטאק וועלן דינען אלס פאסיגע אכסניא של תורה ותפילה פאר קהילה קדושה אמונת ישראל בעיר השם שמה.
ביי תלמידי אמונת ישראל איז באקאנט די מימרא וואס דער משגיח זצ"ל פלעג זיך כסדר אויסדרוקן אז די תפילות פון אלע בתי מדרשים דקהל אמונת ישראל גייען ארויף אויבן דורך דעם ביהמ"ד אמונת ישראל אין ירושלים עיה"ק.
דערביי איז געלאזט געווארן אין גאנג א קאמפיין אונטערן נאמען "באש לבנותה" צו שאפן די פאנטאסטישע קאסטן פונעם מקח. די צענטראלער מעמד פתיחת המגבית וועט אפגעהאלטן ווערן דעם ליל שישי אין א פראכטפולע זאל אין גוש עציון בגלילות ירושלים, אין שפיץ פונעם מנהיג העדה הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א וואס קומט ספעציעל צו פארן קיין ארץ ישראל אוועקשטעלן א יסוד איתן פאר דעם בית מקדש מעט, ווי מען וועט זיך דערהייבן בתורה ועבודה בדרכו הסלולה פון משה רעיא מהימנא מרן המשגיח זצ"ל.