מחאה אין וויזניץ: שארפע דברי מחאה געהערט געווארן במעמד האד' מוויזניץ קעגן די חילולי הקברים אין יאהוד | ווידיאו

מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


דעם מוצאי שבת נאך שלש סעודות בצל הקודש פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, זענען געהערט געווארן שארפע דברי מחאה קעגן די אנגייענדע חיטוטי שכבי אין שטאט יאהוד, איבערגעגעבן בשליחת הקודש ובנוכחתו פונעם רבי'ן שליט"א, דורך הגאון רבי ישראל מיללער שליט"א חבר בד"ץ וויזניץ. דער דיין האט אנגעהויבן זיינע ווערטער: "בשליחת הקודש פון רבי'ן שליט"א. דא אין ארץ ישראל איז פארהאן א פירצה נוראה פון חיטוטי שכבי אין שטאט יאהוד, ווען א געוויסע קאנסטראקשן פירמע האט מחלל געווען א גאנצע בית החיים, טראצדעם וואס מ'האט אסאך מאל פרובירט צו בעטן און שתדל'ן ביי די בעלי בתים אפצושטעלן די ארבעט".

"אויסער די איסור אין שולחן עורך, דארפן מיר וויסן אז דאס רעדט זיך פון עיקרי הדת. מיר גלייבן אין תחיית המתים און השארת הנפש און דער וואס איז פוגע בכבוד המתים איז פוגע בעיקרי דת ישראל. ס'איז געווען אמאל וואס דער רבי דער ישועות משה וק האט אמאל מעורר געווען וועגן דעם ענין פון חיטוטי שכבי, האט ער געזאגט אז די אנשי כנסת הגדולה האבן מתקן געווען אז מ'זאל זאגן דריי מאל 'ונאמן אתה להחיות מתים' כאטש בדרך כלל מאכט מען א ברכה נאר בשעת מעשה, איידער מ'עסט א מאכל אדער מ'איז מקיים א מצוה, אבער דא ביי די ברכה פון מחיה המתים, מאכט מען די ברכה יעדן טאג טראצדעם וואס מ'האט נאכנישט זוכה געווען צו תחיית המתים, און דאס איז וויבאלד די אנשי כנסת הגדולה האבן געוואלט איינווארצלען אין אידישע קינדער די ריינע אמנוה פון תחיית המתים. און ממילא, דער וואס איז פוגע בכבוד המתים איז עוקר די אמונה אין תחיית המתים וואס איז פון די יסודי הדת".

דער דיין האט ממשיך געווען זאגענדיג: "דער רבי שליט"א לאזט הערן זיין מחאה ברבים קעגן די אלע וואס האבן א שייכות צו דעם און ער רופט אז מ'זאל דאס זאפארט אפשטעלן. על פי הלכה, אין א שטאט ווי ס'קומט פאהר חיטוטי שכבי, איז מען מחיוב צו גיין שתלד'ן ביי די באאמטע אז מ'זאל דאס אפשטעלן אפילו פאר גרויס געלט, און די אחריות ליגט אויף יעדן איינעם. דעריבער אויב איז דא איינער וואס קען פועל'ן ביי די בעלי בתים פון די פירמע אז זייז אלן אפשטעלן די ארבעט, איז דאס מחיוב צו טון עפ"י הלכה".

אויסער דעם ווערט אויך געברענגט אין חז"ל אז 'בעוון חיים, מתים מחטטין', און דאס איז דארף אונז מעורר זיין לתשובה ותיקון המעשים. דעריבער דער וואס קען משתך זיין אין דעם נושא זאל אודאי טון כל מה שביכלתינו, און אונז פון אונזער זייט וועלן אודאי מתפלל זיין ביים אויבערשטן אז ס'זאל מקיום ווערן וילמדו תועים בינה, און די טעג זאלן נתהפך ווערן לששון ושמחה במהרה.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ