אויפשאקלונג: "דגל התורה" פארלאזט קאאליציע נאך דירעקטע הוראה פון ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א

מאנטאג פ' פנחס • י"ח תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א דראמאטישע אנטוויקלונג אינעם קאמף קעגן די ביטערע גזירת הגיוס האט מרן ראש הישיבה הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א היינט איבערגעגעבן די הוראת הקודש און דעת תורה הברורה פאר די שלוחי דרבנן חברי הכנסת פון די דגל התורה פארטיי ארויסצוגיין פון די קאאליציע און דערמיט אומווארפן די רעגירונג.

דאס קומט אין ליכט פון די אנגייענדע רדיפות אויף לומדי תורה אין ארץ ישראל, און די שרעקליכע סאנקציעס וואס די ארטיגע רעגירונג לייגט ארויף אויף חרדישע אידן וואס שטעלן זיך נישט אין מיליטער. אין לויף פון די לעצטע האלבע יאהר האבן די עסקנים געגעבן פאר די רעגירונג עטליכע "דעדליינס", אויפצוקומען מיט א חק וואס שטעלט צופרידן דעם חרדי'שן ציבור, נאך אומצאליגע פארהאנדלונגען און זיצונגען איז מען נאך אלס נישט געקומען צו אן עמק השווה און דעריבער האבן די מנהיגי עולם התורה באשלאסן אז דער דגל התורה קערפערשאפט, וועט ארויסגיין פון די קאאליציע, א שריט וואס וועט ווי פארשטענדליך שטארק אויפשאקלען די גאנצע רעגירונג.

די דראמאטישע הוראה אין א בריוו פונעם ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א צו די פארשטייער אין די דגל התורה פארטיי איז איבערגעגעבן געווארן היינט פארמיטאג, געבנדיג די לעצטע דעדליין פון בלויז געציילטע שעהן פאר די נתניהו רעגירונג אויפצוקומען מיט א חק הגיוס.

אויפדערנאכט האט די דגל התורה פארטיי עמטליך געמאלדן דעם ענדגילטיגן באשלוס על דעת מרנן ורבנן גדולי ישראל, אז זיי ציען זיך ארויס פון די נתניהו רעגירונג אין ליכט פון דעם וואס די רעגירונג האט נישט באוויזן צו אריבערפירן א גיוס געזעץ וואס זאל אפשטעלן די רדיפות קעגן די בחורי הישיבות.

אינעם בריוו וועלכע איז געוואנדן צו "חברי הכנסת של דגל התורה השוקדים בפעילותם המסורה למען לומדי תורה", טוט דער ראש ישיבה קלארשטעלן, אז אזוי ווי די רעגירונג האלט נישט איין איר צוזאג, מסדר צו זיין א געזעץ לטובת די בני הישיבות ולומדי התורה, דעריבער איז געקומען די צייט, זאפארט צו  רעזיגנירן פון די קאאליציע און די רעגירונג און זיך אפזאגן פון אלע פאזיציעס וואס די חברי הכנסת פארמאגן.

אויפן בריוו האט אויך אונטערגעשריבן הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע, וועלכע איז געוועהן בעובי הקורה אין די פארהאנדלונגען די לעצטערע חדשים.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ