מיטוואך פ' בלק • י"ג תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
השתדלו והרבו תחינה: דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א וואס איז די וואך אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל נאכן ליידן פון א לייכטע סטראוק.
דעם שבת בעת די שבת שבע ברכות פון אן אייניקל האט דער רבי אנגעהויבן נישט גוט שפירן, נאך שבת איז מען אריינגעפארן אין שפיטאל וואו די דאקטוירים האבן דורכגעפירט א ריי אונטערזיכונגען און וואו עס שיינט האט דער רבי – אומוואוסנדיג – געליטן פון א לייכטער סטראוק, בחסדי שמים האט עס באמערקט באציינטס און דער רבי געפונט זיך אין שפיטאל אויף באהאנדלונגען.
דער רבי וועט לעת עתה פארבלייבן אין שפיטאל אויף אבזערוואציע, און דער ציבור ווערט גערופן צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה, דער נאמען צו מתפלל זיין איז מרן אלישע בן גיטל לרפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל.