האד' מסאטמאר איבער פארשארפטע גזירת הגיוס: "זיי קענען אנגרייטן טויזנטער תפיסה-צעלן, מ'וועט נישט גיין אין מיליטער!"

מאנטאג פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


היינט צופרי ביים טעגליכן תהילים-שיעור אין היכל המתיבתא אין קרית יואל, האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א שארף ארויסגעטראטן קעגן די שלטון הרשע אין ארץ ישראל וואס האט נעכטן געמאלדן אז זיי גייען ארויסשיקן עטליכע אין פופציג טויזנט איינרוף-צעטלעך צום טריפה'נעם מיליטער, היה לא תהיה.

מיט אן אש דקדושה האט דער רבי שליט"א דערקלערט, די מדינה האט געמאלדן אז זיי וועלן בויען עקסטערע הונדערטער טורמע-צעלן איינצושפארן די אלע וואס וועלן זיך נישט שטעלן צום מיליטער, ווילן מיר זיי איינמעלדן אז הונדערטער צעלן איז ווייניג, נאר טויזנטער בחורים און יונגעלייט וועלן זיך נישט שטעלן.

מיט גרויס ווייטאג האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט די ביטערע צרה וואס ווארט אפ דעם יהדות החרדית אין ארה"ק, אפגעזען צי זיי מיינען עס באמת, צי ס'איז נאר א סטראשע דורך די בלאפערס וואס ווילן פשוט דורכפירן א געזעץ, אבער למיחש מיהא בעי, מ'וועט זיך האלטן פעלזן פעסט און נישט אריינגיין בשום אופן אינעם טמא'נעם מיליטער, ונצח ישראל לא ישקר.

Your browser does not support the video tag.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ