זכר צדיקים לברכה: האד' מסאטמאר איז קורא שם פרישע שכונות אין קרית יואל מיט הייליגע נעמען 'עצי חיים' און 'אור החיים'

מאנטאג פ' בלק • י"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

קרעדיט: מערכת בצל הקודש סאטמאר


אינעם קייט פון הרחבת גבולי הקדושה אין שטאט קרית יואל, איז דעם דאנערשטאג באשטימט געווארן דורכ'ן מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער נאמען אויף נאך א נייע שכונה וואס ווערט אויפגעבויט אין שטאט מיטן נאמען שכונת 'עצי חיים' על שמו ולזכרו פון זיין זיידן הגה"ק בעל עצי חיים מסיגעט זי"ע, און אויף נאך א נייע געפלאנטע געגענט ארום די שטאט מיט די נאמען 'שכונת אור החיים' על שמו ולזכרו פונעם אור החיים הקדוש זי"ע.

די פרישע שכונות אויף וואס דער רבי שליט"א האט קורא שם געווען מיט א הייליגן נאמען איז דער פרישסטער אין די ריי פון שכונות וואס טראגן שוין די הייליגע נעמען, נאכדעם וואס שוין מיט נאנט צו צוויי יאהר צוריק כ"ו אב תשפ"ג האט די רבי שליט"א קורא שם געוועהן נאנט צו צען געגנטער אין די שטחים פון 'קרית יואל המורחבת' מיט נעמען פון די ספרים פון גדולי עולם מוסדי דור ודור זי"ע, אויף וואס דער רבי שליט"א האט שפעטער מוסיף געווען נאך געגענטער וואס טראגן נעמען פון די גדולי ישראל זי"ע.

אצינד איז געקומען די רייע אויף די פרישע בוי פראיעקטן וואס ווערן אויפגעבויט אינעם עיר הצדק קרית יואל, ומסביב לה אין קרית יואל המורחבת, ווען נעכטן דאנערשטטג ביים שמחת הברית מילה פון אן אייניקל וואס איז פארגעקומען אין די ישיבה קטנה סניף זרע קודש האט דער רבי שליט"א בתוך דבריו קורא שם געווען פאר די נייע געגענטער.

צום ערשט האט די רבי געגעבן א נאמען פאר די ארטיגע קארלסבורג גאס און די דערנעבנדיגע בוי פראיעקט מיטן נאמען 'עצי חיים' נאכן גרויסן זיידן זי"ע, און די רבי האט ארויסגעברענגט אז דארט גייען אויפגעבויט ווערן אידישע שטובער ווי עס וועלן נתחנך ווערן דורות להשם ולתורתו, און דאס באדייט א געוואלדיגע הרחבת גבולי הקדושה און ברענגט א געוואלדיגע נחת רוח פארן בורא כל עולמים.

מחיל אל חיל האט די רבי שליט"א קורא שם געווען אויף די נייע געגענט וואס ווערט אויפגעבויט אויף רוט 208 אין קרית יואל המורחבת דורך הנגיד רבי יוזפא לאנדא הי"ו, מיטן הייליגן נאמען 'אור החיים' שטייענדיג סמוך ונראה צום הילולא קדישא פונעם צדיק וקדוש נר המערבי מרן האור החיים הקדוש זי"ע די קומענדיגער ט"ו תמוז. כל המחובר לטהור טהור, האט דער רבי באטאנט אז די געגענטער וואס ווערן אויפגעבויט סמוך ונראה קיין קרית יואל, איז אויך חל דארט די השפעה וואס די פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט אריינגעלייגט אינעם שטאט קרית יואל און ציהט זיך ווייטער מסביב ומסביב.

די רבי שליט"א האט מסיים געווען בברכות קדשו מ'זאל קענען אויפבויען נאך נייע גאסן און געגנטער מגדיל צו זיין די גבולי הקדושה בכמות ובאיכות, און זכותו הגדולה פונעם מייסד העיר הרה"ק מסאטמאר יגן עלינו.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ