זונטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
בחצר הקודש מאחנובקא-בעלזא איז דאס געשפרעך פון טאג די דברים כדרבונות וואס כ"ק אדמו"ר ממאחנובקא בעלזא שליט"א האט געלאזט הערן דעם שבת פר' חקת ביים מיטאג-טיש, וואו ער האט גאר שארף מגנה געווען די היינטיגע הויכע מאדערנע שטריימלעך מיט די הויכע שפיצן, וואס האט נישט קיין שייכות מיט'ן פארצייטישן חסיד'ישן "שטריימל".
ווי באקאנט איז דער מאחנובקא בעלזער רבי שליט"א שוין יארן מתריע קעגן דעם ענין וואס עס כאפט זיך אריין צווישן די חסיד'ישע קרייזן, צו מאדערניזירן דעם הייליגן שטריימל לבוש וואס איז יסודותו בהררי קודש, און ליידער ווערט עס נתגשם ווערנדיג א ציל-ברעט פאר די מאדערנע גאס צו אריינברענגען מאדערניזם ביים חסיד'ישן ציבור, און דער רבי שליט"א זעלבסט איז א נאה דורש ומקיים, גייענדיג אלע יארן מיט א פארצייטישן שטריימל.
אצינד האט דער רבי שליט"א געלאזט הערן אז ער שפירט אז עס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין, ס'איז נישט קיין תכלית, און מ'מוז פארלייגן כוחות אפצושטעלן די שוואונג פון די מאדערנע שטריימלעך, און הגם ביי אונז איז נישט דער מנהג אנצוטון פאר א חתן ביים שבת באווארפן דעם שטריימל צום ערשטן מאל, איך האלט אז ס'איז נישט קיין יחוס, אבער אז א חתן וואס וועט נישט גיין נאך די מאדעס, און וועט גיין מיט א חסיד'ישן שטריימל, און ס'איז פאר אים א חשיבות אז איך טו אים אן דעם שטריימל, וועל איך אים אנטון אי"ה.
דער רבי שליט"א האט אויסגעפירט אז ס'איז דא מקומות, אזוי ווי וויזניץ, וואס מ'מאכט יא א הויכע שטריימל, אבער אן די האר פון אויבן, דאס איז אויכעט א מהלך, אז מ'וויל גיין אזוי ווי א ספאדיק, זאל מען גיין, אבער גיין מיט די האר פון אויבן, דאס איז ממש א בזיון און א חילול כבוד שמים.