זונטאג פ' בלק • י' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
מיט א רגש עילאה ווערט אויפגענומען ביי חסידי טשערנאביל איבער אן ערשטמאליגע זעלטענע מסע הקודש וואס כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א נעמט אונטער צו די מקומות הק' אין אוקראיינע, אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור נדיבי עם וואס שליסן זיך לטובת דעם מאסיוון פראיעקט פון הרחבת גבולי הקדושה, דער פראכטפולער און פארצווייגטער מולטי-מיליאן דאלארדיגן איבערבוי פון בית מדרשו של רבי, ביהמ"ד הגדול טשערנאביל אין בני ברק.
ווי שוין געמאלדן עטליכע חדשים צוריק, איז שוין די פאקטישע בוי ארבעט אריין אין פולע שוואונג, לשמחת לבם פון חסידי טשערנאביל אומעטום, ווען עס ווערט גענצליך איבערגעבויט און נרחב די גבולי הבנין איבער אלע שטאקן און היכלים, וואס וועט פארוואנדלט ווערן אלס כלילת יופי מיט א פנים חדשות'דיגע פרעכטיגע צורה, און דערצו וועט דראסטיש פארברייטערט ווערן די היכלי התורה ותפלה און אלע ארומיגע איינריכטונגען, צו קענען אקאמאדירן דעם ריבוי העם בליעה"ר, אין צייט וואס דער עקזיסטירנדער בנין איז שוין שטארק אויסגעוואקסן און אפגעדינט.
אין צוזאמענהאנג מיט'ן פראיעקט איז געלאזט געווארן אין גאנג א גרויסארטיגער קאמפיין "התנערו" וואס שליסט אן חסידי ומעריצי בית טשערנאביל איבער די גאנצע וועלט לבנות בית ה', און אצינד איז געמאלדן געווארן אז דער רבי שליט"א נעמט אונטער א זעלטן געהויבענע נסיעה לקדושים אשר בארץ המה, ספעציעל געווידמעט פאר די נדיבים בעם וואס שליסן זיך אן מיט'ן סכום נכבד פון 52 טויזנט שקל.
די נסיעה מיט'ן נאמען "הימלדיגע טעג", לאזט זיך ארויס דעם קומענדיגן כ"א תמוז, און דער רבי שליט"א וועט בראש קהל נדיביו אנקומען אויף דריי הייליגע מקומות, וואו דער רבי וועט פוקד זיין צום ערשטן מאל, און דערביי אפרעכטן א רייע מעמדי קודש והתעוררות לשפוך שיח ולעורר רחמים ביי די הייליגע זיידעס און שרפי מעלה שוכני המקום.
צוערשט וועט דער רבי שליט"א אנקומען קיין טריסק, וואו ס'וועט אויך אפגעראכטן ווערן דער מעמד "חנוכת האהל", פונעם נייעם איבערגעבויטן אהל על קברו של אותו צדיק, דער הייליגער טריסקער מגיד זי"ע.
דערנאך וועט דער רבי שליט"א אנקומען צום עיר הקודש בעלזא, און פוקד זיין ביי די ציונים הק' פון די הייליגע זיידעס צדיקי בית בעלזא זי"ע, און צוגלייך אפרעכטן א געהויבענעם תפלת שחרית אויפן היסטארישן ארט וואו עס איז געשטאנען דער ביהמ"ד הגדול והקדוש אין שטאט, וואס איז געבויט געווארן דורכ'ן ראש השושילתא דער הייליגער שר שלום זי"ע, און איז דורכגעווייקט מיט די הימלישע תפילות און עבודת הקודש פון צדיקי בית בעלזא לדורותיהם.
פון דארט וועט דער רבי שליט"א אנקומען צום שטאט לודמיר, און פוקד זיין ביים הייליגן זיידן הרה"ק ר' שלמה קארלינער זי"ע, בעצם יומא דהילולא כ"ב תמוז.
דער הויכפונקט פון די נסיעה וועט זיין דער שבת מרומם אין שטאט "לעמבערג" בגלילות בעלזא, די שטאט וואס איז פארצייטנס געווען אן עיר גדולה לאלקים, וועט אצינד נתחדש אורה ווערן מיט'ן גרויסן געווירבל פון חסידים ואנשי מעשה חסידי טשערנאביל וואס וועלן האבן די זעלטענע זכי' ליסב על שלחן המלך, און מיטלעבן די הייליגע תפילות און טישן בצל קדשו פונעם רבי'ן שליט"א.