להעביר את רוע הגזירה: האד' מסלאנים ארויסגעפארן מתפלל זיין ביים כותל המערבי אין ליכט פון ביטערע גזירת הגיוס

פרייטאג פ' חוקת • ח' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אין א זעלטענעם ערשיינונג איז כ"ק האדמו"ר מסלאנים שליט"א נעכטן ארויסגעפארן קיין ירושלים וואו דער רבי האט אפגעהאלטן א תפילה מיוחדת ביים שריד בית מקדשינו דער כותל המערבי מעורר רחמים צו זיין אין ליכט פונעם ביטערן גזירת הגיוס וואס לויערט אויף טויזנטער יונגעלייט און בחורים לומדי תורה.

ווי באקאנט ליגט די נושא פונעם גזירת הגיוס על לוח לבו הטהור פונעם סלאנימער רבי'ן שליט"א, וועלכער טוט כסדר מעורר זיין איבער די שרעקליכע מצב און האט געברענגט א שטארקן אויפוואכונג איבער דעם צרת הכלל וואס איז אין גדר פון 'יהרג ועל יעבור', אצינד ווען פרישע 40,000 בחורים תלמידי הישיבות האבן ערהאלטן "גיוס באפעלן" זיך צו שטעלן צום טרויעריג-בארימטן לשכת הגיוס איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן קיין ירושלים מתפלל צו זיין ביים כותל המערבי להעביר את רוע הגזירה.

די רבי שליט"א האט זיך דארט אויפגעהאלטן גאר א לאנגע צייט, און שופך שיח געוועהן כבן המתחטא לפני אביו, מיט הייסע טרערן, אז די גזירה זאל בטול ווערן און די בחורים זאלן ווייטער קענען פארבלייבן בעסק התורה, אומגעשטערט.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ