פרייד צווישן חסידי סאטמאר צום 5 מיליאן דאללערדיגע מקח אויף ריזן בנין בגלילות לינדען לטובת די ארטיגע מוסדות התורה והחינוך

מיטוואך פ' חוקת • ו' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש


אינעם אנגייענדער קייט פון הרחבת גבולי הקדושה דורך ק"ק ומוסדות סאטמאר וואס איז כסדר מוסיף והולך, האבן חסידי סאטמאר בכלל, און תושבי לינדען בפרט, אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז הנהלת מוסדות סאטמאר אינעם בליענדן ישוב לינדען, ניו דזשורזי, זענען בסייעתא דשמיא אריין אין א גראנדיעזן פינף מיליאן דאלארדיגן קאנטראקט אפצוקויפן א גיגאנטישן בנין פאר די מוסדות, דער בנין וואס אנטהאלט 30 טויזענט סקווער פיס געפינט זיך אויף קאמערס דרייוו אינעם דערנעבנדיגן געגנט פון קרענפארד, און איז אהערגעשטעלט אויף אן אופן וואס ס'איז היבש לייכט דאס אויסצורישן און פארוואנדלען אלס א בנין התלמוד תורה, וואו די טייערע תינוקות של בית רבן תלמידי המוסדות וועלן קענען עוסק זיין בתורה און שטייגן על דרך התורה והיראה מיט'ן פולסטן הרחבת הדעת אונטער'ן אויפזיכט פון די חשוב'ע מרביצי תורה.

נעכטן דינסטאג לסדר 'באר חפרוה שרים כרוה נדיבי העם' האט מען געהאט די גרויסע זכי' אז דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז אריבערגעקומען אויף א באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו אין לינדען, וואו ס'איז פארגעקומען דער מעמד יציקת הבורות פאר די נייע פּראכטפולע מקוה וואס ווערט געבויט אינעם ביהמ"ד הגדול והחדש דקהל יטב לב דסאטמאר אין לינדען, און פון דארט איז דער רבי אריבערגעגאנגען אויף א באזוך אינעם נייעם אפּגעקויפטן בנין וואו דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם בנין אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות, און דערביי האט ער געהערט א באריכט איבער די ווייטערדיגע פּלענער פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו מגדולי עמודי התווך פון די סאטמארער מוסדות אין לינדען, דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכות קדשו פאר די געטרייע חברי ההנהלה.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום דערנעבנדיגן אפיס געביידע וואס שטייט אונטער'ן בעלות פון הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל המאורע אז מען האט אפּגעקויפט דעם בנין פאר די מוסדות ותקומה היתה לו שיצא מידי הדיוט לידי הקדש, וואו עס איז פארמירט געווארן א שיינער שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין לינדען, און דאן האט דער רבי געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר ר' אברהם הי"ו און פאר'ן גאנצן ציבור.

Related posts

געשעהנישן פון יאר בחצרות הקודש | חוה"מ סוכות תשפ"ו

נייע ביהמ"ד הגדול פשעווארסק אין אנטווערפען צייטווייליג אפגעשפארט דורך לאקאלע אויטאריטעטן

הגה"צ רבי יחזקאל שרגא ברוך הלברשטאם אבד"ק קרית צאנז באזוכט ביי האד' משאץ וויזניץ