דינסטאג פ' חוקת • ה' תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג איבער די מערכה אדירה וואס גייט אן קעגן די חיטוטי שכבי אין שטעטל יאהוד, איז היינט אפגעהאלטן געווארן א דרינגנדע זיצונג אין די הויפטקווארטיר פון די רבנות הראשות פון מדינת ישראל, פאררופן דורכ'ן ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף שליט"א אינאיינעם מיט'ן אשכנזי'שן רב הראשי הגאון רבי קלמן בער שליט"א, וועלכע האבן געלאזט רופן נאך עסקנים פארמישט אין די מערכה, ובראשם די עסקנים פון די "אתרא קדישא" ארגאניזאציע, אינאיינעם מיט ארכעאלאגן און פארשטייער פון די קאנסטרוקציע פירמע וואס ארבעט אויפ'ן שטח.
דאס קומט אין א צייט וואס עס קומען פאר שטורמישע מחאות טאג-טעגליך דורך הונדערטער ערליכע אידן, ובראשם הרבנים הגאוה"צ שליט"א פונעם ישוב הישן, וועלכע זענען מוחה כדת של תורה קעגן די שרעקליכע מעשה פשע ווען מ'זעט ליידער ווי עס וואלגערן זיך עצמות כדומן על פני השדה, רחמנא ליצלן.
פריער אין טאג איז הגאון רבי משה בראנסדארפער שליט"א גאב"ד היכל הוראה אריבערגעקומען אויף א זיצונג צום ראשון לציון הגאון רבי דוד יוסף, איבערצוגיין דעם דבר ה' זו הלכה אנבאלאנגט די חפירות, און תיכף נאך די אסיפה איז ארויס א בריוו וואס פאדערט אויף אז היות ס'איז דא א שטארקע מעגליכקייט אז מ'רעדט פון קברי ישראל, מוז מען זאפארט אפשטעלן די חפירות, און מ'טאר נישט ווייטער בויען דארט, איידער די רבנים וועלן פערזענליך אראפגיין און בודק זיין דעם פלאץ.
נאכדעם וואס די הוראה איז ארויס, האבן די אחראים אויפ'ן שטח זיך ליידער נישט וויסנדיג געמאכט דערפון, און מיט א הפקרות ווייטער עומד געווען במרדם, און געגראבן אויפ'ן שטח, און אוועקגעפירט עצמות.
דאס יהדות הנאמנה שטייט ווייטער קאמפסגרייט להמשיך המערכה, און נישט שווייגן און נישט רוען ביז ווילאנג עס שטעלט זיך גענצליך אפ די שענדליכע חפירות און חטוטי שכבי.